1/4

אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים

מקוואות אין קרית יואל צוריק געעפענט! מיט גרויס פרייד האבן תושבי קרית יואל אויפגענומען די גוטע בשורה אז יודן אין שטאט וועלן זיך ווייטער קענען מטהר זיין אין מקוה, נאכדעם וואס די מקוואות אין שטאט וועלן צוריק געעפענט ווערן מארגען מיטוואך טהרה. דאס קומט נאך לאנגע שעות וואס די הנהלת הקהלה האט אינוועסטירט מיט איבערמידליכע שתדלנות מיט מומחים אין אינפעקשאן-דעזיסעס, אפציעלע באשטעטיגונגען פון גרויסע דאקטוירים און נאך א גרונטליכע איבערגעגאנג פון א ספעציעלע פלאן מיט הויעכ-ראנגיגע דאקטוירים, איז געגעבן געווארן די צושטימונג פון די גרעסטע מומחים אין דעם פעלד, אויפצועפענען די מקוואות מארגען מיטוואך טהרה, פארשטייט זיך מיט שטרענגע פאדערונגען און אנווייזונגען וואס וועלן גאר שטרענג אינפאסירט ווערן דורך סיקיורעטי גארד'ס וואס וועלן שטיין פארנט פון די מקוואות און זיכער מאכן אז מ'פאלגט אויס אלע רעגולאציעס פון די דאקטוירים. די זמן המקוה אין ביהמ"ד הגדול איז פון 4 פארטאג'ס ביז פיהר נאכמיטאג. בחורים קענען נישט קומען צווישן די שעות זעקס פארטאג'ס ביז צוועלף נאכמיטאג. אלע אנדערע בתי מדרשים אין שטאט: פון זעקס פארטאג'ס ביז צעהן צופרי. די פרייז פאר א מקוה איז פינף דאללער. אלע אנווייזונגען בנוגע די מקוואות אין קרית יואל ווערן געמאלדן אויף די מודעות וואס ווערן געהאנגען ארום די שטעטל. צווישן זיי: העכער זעכציג, סיי וועלכע געזונהייט קאמפלעקאציע אדער היסטאריע טארן בכלל נישט קומען אין מקוה. די וואס גייען יא, מוזן נעמען א שאוע"ר אינדערהיים, גיין מיט א מאסק, גיין מיט קראק'ס, נישט אנרירן די 'רעילינג'ס' און נאך.