1/4

א געבעהט פון בודאפעסטע רב

דער חב"ד שליח פון שטאט בודאפעסט הרב ברוך אבערלענדער שליט"א, האט ארויסגעשיקט א ספעציעלע בריוו ווי ער בעהט זיך בתחנונים אז קיין איינער זאל נישט קומען צו פארן ביומא דהילולא ג' אייר קיין קערעסטיר, וויבאלד די ארטיגע שטאט-ראט האבן דאס פארבאטן און אויב יודן וועלן זיך נישט רעכענען מיט די ארטיגע געזעצן קען דאס גורם זיין א חילול השם. דער רב באציהט זיך אינעם בריוו איבער געוויסע שמועות וואס ער האט געהערט אז א גרופע יודן פלאנען זיך אריינצושמאגלען אומלעגאל אין די קערעסטירע-גרעניצן.