1/4

א פרישע פסק הלכה איבער דאס הערן מוזיק בימי הספירה

וועד רבני קארלין סטולין בארה"ק האבן ארויסגעגעבן א פרישע פסק הלכה איבער דאס הערן מוזיק בימי הספירה. די רבנים שרייבן אז אזוי ווי אין די יעצטיגע אנגעשטרענגטע צייטן הערן זיך מענטשן אן מיט שרעקליכע בשורות און זענען געצווינגען צו פארבלייבן איינזאם אינדערהיים, אזאך וואס קען פירן צו געזונהייט פראבלעמען בנפש ובגוף פון דעפרעסיע, ענעקזייעטי און דאס גלייכן. דערפאר קען מען מיקל זיין במקום הצורך צו הערן מוזיק פון א סידי און אויב מ'דארף וויכטיג, קען מען ואיך מקיל זיין צו הערן מוזיק פון כלי נגינה ממש, וויבאלד דאס טוט אויפהייבן די געמיטער און נעמט אוועק די עצבות.