1/4

בירור הלכה פון כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א‎

בירור להלכה פון האדמו"ר מבורשטין

אין א לענגערע בירור להלכה געשריבן דורך כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א טוט דער רבי קלארשטעלן דעם פסק הלכה אז מען טאר נישט גענצליך פארשליסן בתי מדרשים, נאר עס מעג בלייבן אפן אין איינקלאנג מיט די שטאטישע רעגולאציעס. דער רבי שרייבט אז די טשיינע-קרענק האט נישט קיין דין פון 'סכנת נפשות' ביי געזונטע מענטשן יונגער ווי זעכציג און עס נישט קומען אין ביהמ"ד האט נישט קיין שייכות מיט די מצוה פון 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם'. און אפילו אויב מ'וועט זאגן אז בתי מדרשים דארפן זיך שליסן, וויבאלד אויב זיי וועלן בלייבן אפן וועלן עלטערע יודן אנקומען אהין – איז דאס נישט די פליכט פון בתי מדרשים צו זארגען אויף יענעמ'ס געזונט, נאר יעדער זאל זיך אליינס אכטונג געבן אויף זיין אייגן געזונט.

דער רבי טוט זיך באקלאגן אז היינט איז געווארן דעם 'הדור שופט את שופטיו וכל הדיוט קופץ בראש' ווען געוויסע ליידיגייער'ס האבן אויסגערופן א מלחמה קעגן כביכול ברוך הוא און פרובירן דורך אלע מיטלען ארויפצוצווינגען דעם דעת בעה"ב אויף די רבנים און נאכמער מחמיר זיין ווי די רעגירונג. דער רבי ברענגט ארויס אז אין אלע שווערע צייטן וואס כלל ישראל איז אדורך האט מען זיך אלעמאל מוסר נפש געווען צו דאווענען מיט מנין און דאס וואס זיי שרייען אז דאווענען מיט מנין איז גורם א חילול השם, דארף מען וויסן ווער ס'מאכט די חילול השם? הלא המה העסקנים בעמצם וואס גייען מסר'ן און טוהן פארשפרייטן זייערע רייד אויף די אינטערנעט – זיי זענען גאר די וואס זענען גורם די חילול השם.

דער רבי פירט אויס מיט א בקשה פאר די יעניגע עסקים: חדלו ממעשיכם לרדוף את בתי המדרשים און דערביי טוט זיך דער רבי באדאנקען פאר די געטרייע חברי הצלה וועלכע לויפן ראטעווען יודן וזכותם גדול מאוד.

אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן איבער די עפענונג פון די מקוה טהרה שע"י ביהמ"ד בורשטין, אויסגעארבעט מיט פארשידענע שטרענגע רעגולאציעס. די פרייז פאר דעם חודש איז זעכציג דאללער.




דריקט אויפן בילד צו זען די גליון