1/4

געעפענט די אויגן און זיך גערירט

גרויס פרייד הערשט ביי חסידי סאטמאר ווען היינט איז אנגעקומען די פריידיגע בשורה אז הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א האט זיך געעפענט די אויגן און זיך גערירט, נאך לאנגע וואכן זייענדיג פארלאפט אין א גאר שווערע צושטאנד נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט די ביטערע טשיינע קרענק לע.