1/4

שארפע דברי הדרכה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז-קלויזענבורג שליט"א

שארפע דברי הדרכה פון האדמו"ר מצאנז-קלויזענבורג כ"ק אדמו"ר מצאנז-קלויזענבורג שליט"א האט אויפגעטראטן מיט גאר שארפע דברי הדרכה פארלאפענעם דארנעשטאג נאגמיטאג פאר קהל חסידיו: "ס'זענען דא אזעלכע וואס געבן זיך נישט גענונג אבאכט. לדעתי איז דאס א קלות ראש. דאס איז נישט קיין פרומקייט. פלוצלינג יעצט האט אים אנגעכאפט א פרומקייט. אין אנדערע זאכן ביסטו אויך אזוי פרום? שפאר דיך איין אין שטוב! וואס איז?! ביסט עפעס בעל הבית אויף דיין גוף?! אויב איינער וויל זיך הרגנען מעג ער? המאביד עצמו לדעת איז דאך אין לו חלק בעולם הבא!  המסכן את עת עצמו כאילו מואס ברצון בוראו ואינו רוצה לא בעבודתו ולא במתן שכר ואין לך זולזול והפקירות יותר מזה! האטס רחמנות אויף ענקערע בני בית, טאטעס מאמעס און קינדער! ווער וויל דען זיין א מכה נפש בשוגג? כ'וויל נישט חלילה מקטרג זיין. מענטשן זאגן: דער רבי איז 'פילנויד'. כ'בין בארירט געווארן. יא! מ'זאגן אז איך בין פארנער'ט, איך בין משוגע? יא! כ'בין א משוגענער! מוטב שאיהיה שוטה כל ימיו. מ'זעהט דאך בחוש אז זינט מ'האט זיך אנגעהויבן אבאכט צו געבן איז אסאך בעסער געווארן. אודאי נאך אלע השתדלות פון 'ונשמרתם מאוד לנפשותיכם' גלייבט מען אין באשעפער 'על חייך המסורים בידיך'. ס'איז זיכער אז מיט אלע זהירות קען מען זיך אויך נישט באזארגען. אבער א מענטש איז מחיוב עפ"י תורה צו טוהן דאס וואס ער קען: כ'בעהט ברחמים אז מען זאל נישט ארויסגיין אויפן גאס נאר אז מ'מוז און אפילו מ'גייט ארויס זאל מען זאל זיין צוגעבינדען דאס פנים און ווען מ'קומט אהיים זאל מען זיך אפוואשן פאר מ'רירט עפעס צו. איך בין נישט א דאקטער, כ'ווייס נאר אז די איינציגסטע וועג ווי ס'כאפט זיך אריבער איז ווען מ'איז צווישן מענטשן. ס'איז עפעס א חכמה? ס'איז דאך סכנת נפשות! פקוח נפשות! כ'בעט מ'זאל זיך אבאכט געבן וויפיל מ'קען! ווער ס'האט א טראפ יראת שמים זאל זיך איינהאלטן פון ארויסגיין צווישן מענשטן. הפקר-יונגען קומען און גייען, דרייען זיך אויף די גאסן ווי גאר נישט וואלט פאסירט. פלוצלינג איז ער מיר געווארן א 'בעל בטחון'!.... שכיח הזיקא שאני! דער בעשטה"ק זאגט אז דער יצר הרע מאכט אויסקוקן אן עבירה ווי כאילו ס'איז א מצוה. דאס זאגט דער יצר הרע היינט:  "גיי דאווענען מיט מנין, גיי שטופ דיך ביי א לויה צווישן הונדערטע מענטשן". שוטה! ס'איז דאך פיקוח נפש וואס איז דוחה כל המצוות! לעולם אל יעמוד אדם במקום סכנה שמא לא יעשה לו נס. אודאי איז אלעס פון הימל און אבער א מענטש טוט וואס ער קען איז ער מעורר רחמים אויבן. ער ווייסט וואס זיין לעבן איז. דאס לעבן איז נישט געגעבן געווארן צו עסן נאך פאטעטאס, נאך קארטאפל, נאר צו קענען דינען דעם אויבערשטן, לערנען און דאווענען און אויפציען ערליכע יודישע קינדער און אייניקלעך. איך בעהט ברחמים אז מ'זאל זיך אכטונג געבן גאר שטארק און מ'זאל נישט צוהערן צו די אלע שוטים און טפשים. ער גייט זיך טובל'ן אין א כלים מקוה... ער איז ווייניגער ווי א כלי ער איז ניטאמאל א דומם. ער איז א שוטה און א טיפוש. שטעלסט אריין אנדערע מענטשן אין א סכנה? ביסט א רוצח!"...