1/4

דמשתכחין מצערא דלהון ועוסקין בחדוותא דילהו: ישיבות אויפן טעלעפאן

טראץ די יעצטיגע שווערע צייטן האבן זיך די סדרי הישיבה אין א גרויסע טייל ישיבות איבער די וועלט אנגעהויבן ווי געהעריג, ווען די לימודים זעצן פאהר תמידין כסדרן אויפן טעלעפאן. די מגידי שיעורים געבן איבער די שויעורים אויפן טעלעפאן און די בחורים לערנען בחברותא אויפן טעלעפאן. אין ישיבת באיאן אין ארה"ק האט מען אויסגעשטעלט אז אלע יארגענג וועלן לערנען די זעלבע מסכת און אזוי וועלן די ברודער'ס פון די זעלבע משפחה קענען לערנען צוזאמען בחברותא. צוליב דעם וואס לויט די יעצטיגע צושטאנד איז נישטא קיין אנדערע מעגליכקייטן, נאר זיין צוגעבינדען צו א טעלעפאן, אזאך וואס איז שטרענג אינפאסירט געווארן דורך אסאך ישיבות הקדושות מיט פעסטע תקנות אז א בחור טאר נישט האבן אן באזיץ א סעלפאן, זענען געשאפן געווארן לעזונגען דורך די ישיבות ווי אזוי עס זאל זיין אויסגעהאלטן אויף די כשר'סטע אופן. די עסקנים פון קהלת באבוב, האבן איינגערישט א גרויסע קוואנטום פון א ספעציעלע סארט כלי וועלכע איז נישט קיין סעלפאן און פארמאגט אויך נישט קיין שום קאמיונעקאציע מיטלען בלויז צו טעלעפאן-ליין פון די ישיבות. די ספעציעלע כלי איז פארטיילט געווארן בחנם פאר אלע בחורים וואס וועלן קענען מיטהאלטן די סדרי הלימודים על טהרת הקודש. אין שיכון וויזניץ האבן די בחרוים געדארפט געבן פופציג דאללער אלס א פקדון כדי צו באקומען א ספעציעלע כשר'ע טעלעפאן און וועלן צוריקגעבן די טעלעפאנען נאך די עפעדעמיע וועט אריבערגיין. אין אנדערע נייעס האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויפגעפאדערט די בחורים נישט נאכצולאזן פון לימוד התורה אפילו אין די יעצטיגע אומשטענדן און האט פארלאנגט פון יעדן בחור צו לערנען לכה"פ פינף שעות ברציפות. אזוי אויך האט דער רבי שליט"א געפאדערט אז די בחרוים זאלן אפשרייבן 'שעות צעטלעך' וויפיל שעות זיי האבן געלערנט און מ'זאל דאס אריינברענגען צו אים און ער וועט עס דורכקוקן.