1/4

התחלת הזמן אין גור


אין א היסטארישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געהייסן אפשטופן די זמן החתונה פון אן אייניקל וועלכע האט געזאלט פארקומען דעם קומענדיגן חודש סיון. דער רבי שליט"א האט געזאגט אז צוליב די יעצטיגע אומשטענדן מוז מען אפשטופן די חתונה אויף א צווייטע געלעגנהייט. אין אנדערע נייעס האבן זיך אנגעהויבן ווי געווענליך די לימודים אינערהאלב די ישיבות הקדושות דחסידי גור בארה"ק לכבוד דעם נייעם זוממער זמן. די שיעורים און חברותות ווערן אפגעהאלטן דורכ'ן טעלעפאן. דעם פרייטאג איז פארגעקומען די 'דרשת פתיחת הזמן' אויפן טעלעפאן ווי ס'האבן אויפגעטראטן הרה"ג ר' נחמיה אלתר שליט"א בן האדמו"ר און הרב משה חיים דענדעראוויטש שליט"א. אין אנדערע נייעס האט הגה"צ ר' ישראל צבי שליט"א בן האדמו"ר איבערגעגעבן דרשת פתיחת הזמן פאר די אברכי הכוללים.