1/4

חצר הקודש גור האט מען אביסל אנגעהויבן נאכצולאזן פון די שטרענגע מאסנאמען

אין חצר הקודש גור האט מען אביסל אנגעהויבן נאכצולאזן פון די ביז-יעצטיגע שטרענגע מאסנאמען וואס זענען אונטערגענומען געווארן אין ליכט פון די פארשפרייטונג, ווען פון היינט איז שוין ערלויבט געווארן אז עסקנים און כלל-טוהער זאלן זיך קענען דורכרעדן מיטן רבי'ן בעניני הכלל.

פארלאפענע וואך איז אריינגעבויעט געווארן א גלאזערענע פענסטער בחדרו הפרטי פון רבי'ן שליט"א מיט א ספעציעלע 'מייק-סיסטעם' וואס פארגריגערט די קאמיונעקאציע.  צווישן אנדערע זענען אריינגעלאזט געווארן הרה"ג ר' ישראל משה אלעווסקי שליט"א וועמען דער רבי האט מכתיר געווען אלס ממלא מקום אביו אלס ראש ישיבת גור-ב"פ. אזוי אויך זענען געווען ביים רבי'ן די פילאנטראפן ר' הרשל פלוטשעניק און הנגיד ישראל מרדכי בורנשטין. די קינדער פון הנגיד ר' אפרים לנדא ז"ל.