1/4

טעגליכע נייעס באריכט דאנערשטיג אחרי קדושים


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מרכז שליט"א וועט היינט

5:30 נאכמיטאג אין ארה"ק, מתפלל זיין ביים אוהל אדמור"י וויזניץ אויפן ביה"ח זכרון מאיר אין בני ברק, מעתיר צו זיין בעד הכלל והפרט לישועות ורפואות. כלל מרכז חסידי וויזניץ וועלן מיטהאלטן דעם 'עצרת תפלה' אויפן טעלעפאן און נאכן מעמד התפלה וועט דער הייליגע רבי שליט"א אויפטרעטן מיט דברות קודש לאור המצב. *** לכבוד די 75'סטע יום הבהיר פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וואס ווערט היינט אפגעצייכענט, האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים נאך תפלת שחרית בביתו נאוה קודש אין חצור, ווי דער רבי האלט זיך יעצט אויף אפרוה, מיט די באטיילעגונג מיט א געקליבענע צאל נגידי ותומכי המוסדות. נאכמיטאג נאך תפלת מנחה וועט פארקומען נאך א מסיבת לחיים מיט א פרישע געקליבענע צאל נגידים ותומכים. *** היינט נאכמיטאג 2:00 וועט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) אויפטרעטן אויפן טעלעפאן מיט דרשת פתיחת הזמן פאר כלל בחורי סאטמאר. *** היינט פארמיטאג 12:30 וועט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45  שליט"א אויפטרעטן פאר כלל בחורי באבוב-45, מיט דברי פתיחה אויפן טעלעפאון לכבוד די נייע זמן. *** היינט 10:00 ביינאכט וועט פארקומען די מעמד פתיחת הזמן פאר כלל חסידי סקולען אויפן טעלעפאון, ווי עס וועלן אויפטרעטן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און אחיו הגה"צ אב"ד סקולען בארא פארק שליט"א. *** כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מב"פ וועט היינט אויפטרעטן מיט דברי פתיחה פאר די בחורים, אויפן טעלעפאן לכבוד די נייע זמן. *** מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-ב"ש שליט"א איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל און געפונט זיך אין א גוטע צושטאנד אין זיין שטוב אין בית שמש. אזוי אויך איז דא א שטארקע פארבעסערונג אין די מצב הבריאות פון הגה"צ המקובל ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א. דער ציבור איז ווייטער מתפלל לרפאתו השלימה הרה"צ ר' אהרן מרדכי בן חנה שליט"א. *** יום השלושים צו די הסתלקות פון הרה"ק מווערדאן זי"ע – די קינדער און אייניקלעך וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן ביה"ח אין מאנסי אין באגלייטונג פון אן ענגע צאל מקורבים. *** היינט ביינאכט געפאלט די יום השלושים צו די הסתלקות פון כ"ק גאב"ד שאפראן זצ"ל – די קינדער הרבנים שליט"א וועלן אפרעכטן דעם סעודת השלושים אין זיין שטוב אין וומסב"ג אויף א פריוואטע פארנעם און וועלן מארגען פרייטאג ארויפגיין צום ציון הק' אויפן נייעם ביה"ח אין קרית יואל.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מעלבארן זצ"ל בעל אמרי יציב, החתן בן הרב אהרן בעק שליט"א מנהל ישיבת וויזניץ-ב"פ בן הרה"ג ר' ברוך בעק שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מדעעש-ב"פ שליט"א, מיט די כלה בת הרב יואל ראזנער שליט"א בן הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות רפאל קאשוי שליט"א.

***

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' יעקב מרדכי טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל יונגסטער זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל וחתן הגה"צ ר' יצחק ארי' לייבוש היילפערין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא רמות, מיט די כלה בת הגה"צ ר' יחיאל מיכל גאלדמאן שליט"א אב"ד זוועהיל ביתר.

די יארצייט פון הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע נכדיו כ"ק אדמורי"ם מספינקא שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט סעודות אין די שטובער אויף א פריוואטע פארנעם. *** די יארצייט פון הרה"ק ר' מנחם מענדל מסטראפקוב זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וועט ארויף גיין צום ציון הק' אויפן הר המנוחות מיט א מנין מצומצום. *** די יארצייט פון הרה"ק  ר' יעקב חיים מסטאלין-דיטרויט זצ"ל – אין אלע קארלינע צענטערן וועט מען אפרעכטן יארצייט סעודות און געציילטע יודן וועלן פוקד זיין דעם ציון הק' אין דיטרויט.