1/4

טעגליכע נייעס באריכט דארנעשטאג טהרה


מנע מגיפה מנחלתיך:

היינט דארנעשטאג ער"ח אייר 'אני ה' רופאיך' איז פאררופן געווארן מטעם בד"ץ עדה החרדית אויף א 'יום תפלה העולמי' ווען גאנץ כלל ישראל וועט אינאיינעם איינרייסן ביים בורא כל עולמים לעצור בעד המשחית ולהעביר את רוע הגזירה. עלף דרייסיג אמעריקאנע צייט וועט מען זאגן קאפיטלעך תהילים און צוועלף אזייגער וועט גאנץ כלל ישראל צוזאמען אויסשרייען 'ה' הוא האלוקים' ביים מעמד 'קבלת עול מלכות שמים העולמי'. היינט געפאלט די איין און פערציגסטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בעל כנסת מרדכי, פילע אידן גייען ארויף צום ציון הק' אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים, כלל חסידי סאדיגורא וועלן אינאיינעם אויסזאגן גאנץ ספר תהלים 4:00 נאכמיטאג אין דעם גרויסן יום המסוגל, אויסצובעטן א גאנצע רפואה פאר כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אייניקל פונעם בעל ההילולא. כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט דרשת פתיחת הזמן פאר די בחורים אויפן טעלעפאן. כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט היינט נאכמיטאג אויפטרעטן אויפן טעלעפאן מיט א דרשת חיזוק פאר 'התאחדות אברכים סאטמאר מהרא' טעלעפאן-ליין. כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט דרשת פתיחת הזמן פאר די בחורים אויפן טעלעפאן. כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט דברי התעוררות אויפן טעלעפאן איידער די עצרת תפלה רבתי און אויך זאגן 'אגרת הרמב"ן'. כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א פון 18 וועט היינט נאכט צעהן אזייגער ווייטער ממשיך זיין מיט די וועכענטליכע שיעור ליל ששי, נאך א לענגערע צייט אפשניט וואס דער רבי איז נישט געווען געזונט. היינט קומט פאר די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בן הנולד ביי הרב יצחק טווערסקי שליט"א, זון פון הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע כ"ץ שליט"א אבד"ק מאגרוב. זיך גרייטנדיג צום גרויסן טאג ג' אייר די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע, ווען אין א געווענליכע יאר טוען מאסן אידן שטראמען קיין אונגארן צו פוקד זיין דעם ציון הק' אין שטאט קערעסטיר בעצם יומא דהילולא להיפקד בדבר ישועה ורחמים, הערשט א שטארקע זארג ביי אחינו בני ישראל, וואס וועלן היי יאר נישט קענען אנקומען צום ציון הק' פערזענליך, צוליב די אנגייענדע קאראנע קריזיס ה"י. אבער ווי פארשטייט זיך טוט כלל ישראל ווייטער אנגיין מיט דעם דרך ההשפעה פונעם בעל ההילולא, און טוען ווייטער שטיצן די אלע ארגעניזאציעס וואס ארבעטן א גאנץ יאר לעשות נייחא לנשמתו, און טוען נאכגיין אין זיינע הייליגע וועגן צו פארטיילן עסן פאר אידישע קינדער. אין די זעלבע צייט איז נעכטן געמאלדן געווארן מטעם די הנהלת הבית החיים אין סטעטן איילענד, וואו עס ליגט באערדיגט דער ברודער פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע, אז די בית החיים וועט זיין גענצליך פארשלאסן אין לויף פונעם טאג ג' אייר, ווען א געווענליכע יאר קומען פילע מענטשן קיין סטעטן איילענד מתפלל זיין ביים ציון הק', נישט קענענדיג אנקומען קיין קערעסטיר אויפן יארצייט, אבער ווי עס ווערט געמאלדן וועט די בית החיים זיין פארשלאסן היי יאר