1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג אחרי קדושים



שמחות:

היינט קומט פאר די שמחת הברית פון נכד כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בן הבכור פון חתנו הרה"צ ר' מאיר בורנשטיין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסוכוטשוב שליט"א, עס קומט פאר אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א  אויף רחוב בר גיורא אין ירושלים מיט א מנין מצומצום.

***

דזיקוב ויזניץ - ספינקא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אברהם יחיאל יהושע ווייס בן הגה"צ רבי אהרן משה ווייס שליט"א רב ומו"צ בביד"צ של הרב לנדא בן כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וחתן הרה"צ רבי אברהם לעמבערגער זצ"ל ממאקווא בני ברק, מיט הכלה בן הרה"ג ר' מרדכי שלמה שטערן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדזיקוב ויזניץ שליט"א.

***

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א בת לחתנו הרב גדליה ריגל שליט"א רב חסידי סלונים קרית גת מיט החתן בן הרה"ח ר' קלמן וויינבערגער שליט"א ר"מ בישיבת נדבורנא בני ברק. *** עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב שמעון יעקב טירנויער שליט"א בן הגה"צ אבד"ק חוסט-וומסב"ג שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק סלאנים-מאנסי שליט"א, מיט די כלה אן אור-אייניקל פון הגה"צ ר' יחזקאל וואגשאל שליט"א אב"ד לאנצוהט-ב"פ לרפו"ש, בת הרב יואל אברהם ווייסמאנדל שליט"א בן הגה"צ ר' אליהו יצחק שליט"א ראש ישיבת נייטרא שליט"א חתן הרה"ג ר' מנשה פילאף שליט"א.


בקשו רחמים:

כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-בית שמש שליט"א וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ווערן אנגעשטעקט אין די שרעקליכע וויירוס  מרן ברוך שמשון בן סימא מירל לרפואה שלימה.

***

כלל ישראל ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת הגה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א חבר בד"ץ מחזיקי הדת ומשב"ק הרה"ק מבעלזא זי"ע, וועלכע איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאהל און געפונט זיך אין א שווערע געזונט צושטאנד. הרה"צ אהרן בן חנה לרפו"ש.

***

כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א נאכן ווערן אנגעשטעקט אין די שרעקליכע קאראנע וויירוס, און געפינט זיך אן א שווערע מצב, מרן חיים בן חנה לרפואה שלימה.




יארצייט:

היינט ד' אייר געפאלט די יארצייט פון הגאון האדיר דער בריסק'ע רב ר' יאשע בער סאלאווייטשיק זצ"ל בעל בית הלוי, אידן איבער דער גארער וועלט וועלן עוסק זיין במשנתו הטהורה, און לערנען זיינע הייליגע ספרים לזכר נשמתו.

***

היינט ד' אייר געפאלט די זעקס און דרייסיגסטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ זצ"ל בעל אמרי אש, כ"ק האדמורי"ם ממודזיץ און קוזמיר שליט"א האבן נעכטן נאכט אפגעראכטן די יארצייט טישן בביתם נאוה קודש.

***

היינט געפאלט די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מקאלוב ע"ה, אשת חבר פון הרה"ק בעל חקל תפוחין מקאלוב זי"ע, און אמו של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה, די אייניקלעך הרבנים שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי.

***

היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מפאשקאן זצ"ל אן איידעם פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל.




ניחום אבלים:

הגה"צ ר' משה מנחם ווייס שליט"א אבד"ק קיט"ל סאטמאר לאנדאן, זיצט שבעה צו די פטירה פון זיין ברודער הרב החסיד ר' אהרן ווייס ע"ה מחשובי חסידי פאפא אין וויליאמסבורג, ער זיצט ביי זיך אין שטוב אין לאנדאן. אזוי אויך זיצט שבעה די שוועסטער הרבנית תליט"א אשת הגה"צ ר' שמואל בערגער שליט"א אבד"ק מישקאלץ, ביי זיך אין שטוב אין וויליאמסבורג.

***

הגה"צ ר' ישראל חיים פריעדמאן שליט"א אבד"ק ספינקא אין בעיסוואוטער זיצט שבעה צו די פטירה פון הרבנית הצדיקת מרת רייזל פריעדמאן ע"ה, טאכטער פון הגה"צ אבד"ק דזיבוי זצ"ל, עס זיצן שבעה אויך אירע ברידער הגה"צ אבד"ק דזיבוי מאנטריאל שליט"א, און הגה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א דומ"ץ פריימאן. יעדער איינער ביי זיך אין שטוב.

***

די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-אראד זצ"ל זיצן שבעה ביי זיך אין שטוב נאך די הסתלקות פון פאטער זצ"ל.





מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען אז כ"ק אדמו"ר מגלאגוב שליט"א איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל נאכ'ן זיין פארלאפט די פארלאפענע חודש אין א קריטישע צושטאנד און וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואך אין לעיקוואוד אויף אפרוה.