1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג אחרי קדושים


אין קהילת פאפא וועט היינט 2 אזייגער נאכמיטאג פארקומען א 'סיום מסכת ביצה' במסגרת והגית. עס וועט פארקומען דורך די טעלעפאון, ווי עס אויפטרעטן כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א און הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א. אנהייב מעמד וועט מען אינאיינעם זאגן פרקי תהלים לרפואת חולי ישראל, פארגעזאגט דורך הגה"צ ר' יצחק אהרן גאלדבערגער שליט"א דומ"ץ פאפא.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל בית אברהם מסלונים זי"ע, אין אלע סלונימ'ע קהלות וועט די יומא דהילוולא געפראוועט ווערן אויף א פריוואטע פארנעם.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם פון החתן בן הרב פנחס נפתלי בראנדער שליט"א בן הרב יעקב יהושע בראנדער שליט"א בן הגה"ח ר' שלום הכהן בראנדער זצ"ל ראש ישיבת בעלזא וחתן הגה"צ ר' אברהם שמואל ראנד זצ"ל ראש ישיבת מתיבתא ד'לאנדאן, מיט די כלה בת הרב נתן רובין שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע יחיאל רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב ב"ב וחתן הגה"צ ר' נפתלי צבי שמערלער זצ"ל רב דקהל מחזיקי הדת ציריך, שווייץ.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אלעזר אייכענשטיין שליט"א בן הגה"צ ר' אהרן מאיר אייכענשטיין זצ"ל אב"ד קיוויאשד מאנסי וחתן כ"ק אדמו"ר רבי משולם פייש גינזבורג שליט"א מחוסט, מיט די כלה בת הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ק קרשאנוב ב"פ, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א.

ברוך דיין האמת: דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט איז נפטר געווארן הרבנית הצדיקת מרת רייזל פריעדמאן ע"ה, אשת חבר פון הגה"צ ר' ישראל חיים פריעדמאן שליט"א אבד"ק ספינקא אין בעיסוואוטער, און טאכטער פון הגה"צ אבד"ק דזיבוי זצ"ל, אין עלטער פון 63 יאר. די חשובע נפטרת ע"ה איז געווען א שוועסטער מיט הרבנים הגאונים הצדיקים מדושינסקיא וומס"ב, קאפיש, און דזיבוי ב"פ זצ"ל, און מיט יבדלחט"א הגה"צ אבד"ק דזיבוי מאנטריאל שליט"א און הגה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א דומ"ץ פריימאן. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.