1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך במדבר


כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועט היינט אנקומען אויף א תפלה אויפן אלטן ביה"ח אין צפת און דערנאך אין אתרא קדישא מירון און אנצינדען די הדלקה אויפן ארט.


די געפלאנטע 'מעמד התחדשות הביהמ"ד אין קהלת וויזניץ-וומסב"ג איז אפגעשטופט געווארן אויף א צווייטע געלעגנהייט.


שמחת התנאים פון החתן בן הגה"צ ר' ברוך מייזליש שליט"א אב"ד לייפניק חתן כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"ר ר' מענדל שטיין שליט"א אב"ד סאווראן בן גאב"ד פאלטשאן שליט"א ב"פ אין ביהמ"ד ווייטצען אין וומסב"ג.

שמחת פדיון הבן פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, בן הנולד ביי הרב ברוך האגער שליט"א, זון פון זיין איידעם הרב מנחם מענדיל האגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל אליעזר האגער שליט"א אב"ד סערט ויזניץ ירושלים, און איידעם ביי הרב יוסף ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' זאב ארנסטר שליט"א אב"ד מאור חיים ירושלים, און איידעם ביי הרב יחיאל מיכל שעדראוויצקי שליט"א. - די שמחה קומט פאר אין די אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א פון חצור.

היינט געפאלט די יומא דהילולא פון הרה"ק רבי שלמה מזוועהיל זי"ע, נכדו כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט סעודה פאר די חסידים אין ביתר. אזוי אויך וועלן טויזענטע אידן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזיתים אין ירושלים.


היינט געפאלט אויס די יארצייט פון הגה"צ ר' אלטר יעקב יצחק וואגשאהל זצ"ל - אבד"ק לאנצהוט, בנו כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א וועט אפרעכטן א שלחן הטהור לכבוד די הילולא, נכדיו הרבנים הגאונים שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון אין לאנג איילענד.

היינט געפאלט די יומא דהילולא פון ראש שלשולתא קדישא לבית מאדזיץ הרה"ק רבי שמואל אליהו מזוואלין זי"ע, נכדיו כ"ק האדמורי"ם ממאדזיץ אין קאזמיר שליט"א וועלן אפרעכטן שלחן לחיים לכבוד די הילולא.


היינט געפאלט די יומא דהילולא פון הרה"ק ר' פנחס מקאנטיקוזיווא זי"ע.


היינט איז די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מהאסאקוב זצ"ל, בנו כ"ק אדמו"ר מהוסאקוב שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אין באר שבע, און אפרעכטן די יארצייט טיש בבית מדרשו.