1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך טהרה


שמחת בית קארלסבורג: 

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון צוויי אייניקלעך פון כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א החתן אלחנן חיים הורוויץ שליט"א בן הרה"ג יואל זוסמאן שליט"א דומ"ץ קארלסבורג בן כ"ק אדמו"ר תולדות צבי מספינקא שליט"א וחתן הגה"צ רבי משה רוטה שליט"א רב הצעיר מקארלסבורג מיט די כלה בת הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר ב.פ. חתן כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' אלטר פנחס מארגענשטערן שליט"א אבד"ק שארמאש, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאיע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב יואל שפיטץ שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שמואל שלמה שפיטץ שליט"א מביסטריץ ב"פ, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק שאמשאן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק זאלישא שליט"א.כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט היינט נאכמיטאג אויפטרעטן מיט א ספעציעלן דרשת פתיחה פאר די בחורים דורכן טעלעפאן.

כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט היינט אנקומען אויף 'ברכת האילנות' ביי די הויף אין שיכון סקווירא ווי אלע יארן. די עסקנים בעטן אז קיינער זאל זיך נישט געפונען ארום די גאנצע געגענט פון הויף, אין די צייט וואס דער רבי שליט"א וועט זיך דארט געפונען.

וידבר דוד אל העם:

מיט גרויס פרייד האבן חסידי סקווירא אויפגענומען די מעלדונג אז דעם מוצ"ש וועט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויפטרעטן מיט 'דברת קודש' לרגל התחלת הזמן פאר כלל חסידי סקווירא די בכל אתר ואתר און וועט ווערן מיטגעהאלטן אויפן טעלעפאן דורך אנשים נשים וטף פון איבער די גאנצע וועלט.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דרשת פתיחת הזמן דורכ'ן טעלעפאן.

פערצנטע יארצייט פון הגה"ק ר' משה האלבערשטאם זצ"ל ר"י דברי משה טשאקאווא און חבר הביד"ץ העדה החרדית, די קינדער הרבנים הגאונים שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזיתים

ניחום אבלים: 

הגה"צ ר' סיני האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים צאנז אין בני ברק, זיצט שבעה צו די פטירה פון זיין רעבעצין הרבנית ע"ה, ביי זיך אין שטוב אין שיכון ג' אין בני ברק.