1/4

יארצייט פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע. בניו כ"ק האדמורי"ם שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט סעודות אויף א פריוואטע פארנעם ביי זיך אין שטוב און אויפטרעטן מיט ברכת קודש דורכ'ן טעלעפאן. כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) האט פוקד געווען דעם ציון הק' נעכטן כחצות הלילה, און כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) היינט באשמורת הבוקר.