1/4

כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-אראד זצ"ל - למנוחות

מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה פון ארה"ק איבער די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-אראד הרה"צ ר' דוד אלימלך לייפער זצ"ל אין עלטער פון 88 יאר. דער רבי איז געבוירן אין רומעניא י"ד טבת תרצ"ד צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר רבי לוי יצחק לייפער זצ"ל מנדבורנה-אראד אן בן אחר בן פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע און איז געווען אן איידעם ביי הרה"ח רבי דוד שלמה אייכלר ז"ל פון ירושלים יו"ר הנהלת העדה החרדית. ער האט איבערגעלאזט זיינע חשובע קינדער און איידימער צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מסטניסלב-ביתר שליט"א, הרה"צ ר' אלימלך ניישלאס שליט"א אב"ד דעעש-ב"ב. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


ביים לויה האט מען מכתיר געווען בנו בכורו אלס ממלא מקומו הרה"צ ר' לוי יצחק לייפער שליט"א אדמו"ר מנדבורנא-אראד איידעם פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב-ניקלשבורג שליט"א און זיין צווייטע זוהן הרה"צ ר' מאיר לייפער שליט"א איידעם פון הרה"ח ר' משה טוביה גרינצווייג זצ"ל - אלס כ"ק אדמו"ר מנדבורנא-אראד בני ברק שליט"א. יאריכו ימים על ממלכתם. 


היסטאריש בילד פון רעכטס צו לינקס האדמו"ר מנאדבורנא אראד זצוק"ל, הגה"צ ר' מאיר הלברשטאם זצ"ל מטשאקאווא ב"ב, אדמו"ר ממעליץ שליט"א (אשדוד), א חתן, ר' ישעי' שנעעבאלג זצ"ל אב"ד בני ראם, און אדמו"ר משאץ שליט"א