1/4

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

יהדות ארה"ק האט היינט געהאט די זכיה מקבל פנים צו זיין דער שליח ציבור פון דאס יהדות הגולה, מרן זקן פוסקי דורינו הגה"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א, וועלכע האט דורכגעבראכן היסטאריע און האט באוויזן אנצוקומען צום הר הקודש אויך היי-יאהר אונטער די שווערע אומשטענדן.

לויט ווי אן אייניקל געבט איבער פאר RDN, ארבעט ער שוין מיט פילע עסקנים אין לויף פון די לעצטערע וואכן צו שאפן די נויטיגע פראטעקציעס אז דער זיידע דע רב שליט"א זאל זיך קענען געפונען אין מירון אויף לג' בעומר: "כ'הא בזיך פארבינדען מיט הגאון ר' יצחק דוד גראסמאן שליט"א פון מגדל העמק און געבעטן ער זאל שתדל'ן אויף א פערמיט אבער נאך אסאך באמיהונגען אן ערפאלג, האט ער מיר געקלונגען זאגן אז עס האט זיך ליידער נישט אויסגעארבעט און דער רב שליט"א וועט ווארשיינליך נישט קענען ארויפקומען קיין מירון היי-יאהר. ער האט אבער צוגעלייגט אז דער הויפט פון די די ציוניסטישע אמבעסאדער אין ניו יורק מר. דני דיין, האלט זיך פאר א סקווירא חסיד און אפשר וועלן די סקווירא עסקנים באווייזן זיך צו פארבינדען מיט מר. וועלכע האט די שטערקסטע פארבינדונגען מיט די מאכטספולע פיגורן אין מדינת ישראל".

דער אייניקל דערציילט ווייטער: "כ'האב זיך באלד פארבינדען מיט הרב ישראל משה שפיצער הי"ו - דער מעיאר פון שיכון סקווירא און איהם פארגעלייגט די מצב אז דער זיידע איז אויס-מענטש זיך צו געפונען לג' בעומר אין מירון און לויט ווי עס שיינט ליגט דער שליסל אין חצר הקודש סקווירא. ר' ישראל משה הי"ו האט זיך נישט געזוימט און נאך א קורצע טעלעפאן-רוף מיט מר. דיין האבן זאכן אנגעהויבן פארן געשמירט און פארלאפענעם דינסטאג זענען ערהאלטן געווארן די נויטיגע פערמיטן און דאקומענטן פאר'ן זיידן דער רב שליט"א און בנו הרב הצעיר שליט"א, צו קענען אפרייזן קיין ארה"ק און פראווענען לג' בעומר באתרא דמר.








© Copyright RDN online 2020