1/4

לויה פון הגה"ח ר' שמואל ראזענגארטן זצ"ל - חבר בד"ץ מחזיקי הדת

ביים מסע הלויה פון הגאון הגדול רבי שמואל ראזנגארטן זצ''ל חבר בד''ץ מחזיקי הדת וראש ישיבות בעלזא בארה"ק, האבן זיך באטייליגט בלויז די בני המשפחה און די חברי הבד''ץ מחזיקי הדת וועלכע האבן באקומען ספעציעלע פערמיטן ארויסצוקומען צו די לויה, נאכדעם וואס קרית בעלזא און די אומגעגענט איז די טעג פארשפארט אויף ''לאקדאון''. אין בית הלוית שמגר האבן מספיד געוועהן קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים, דערנאך איז די מיטה אנגעקומען פארנט פון ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא ווי כ''ק אדמו''ר מבעלזא שליט''א האט זיך באטייליגט. עס האבן מספיד געוועהן הרב חיים צבי שפירא חבר בד''ץ מחזיקי הדת ואב''ד קהל חסידים בבני ברק, הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש הכוללים ד'בעלזא. דערנאך איז די מיטה דורכגעפארן לענגאויס די גאסן פון קרית בעלזא, ווי די איינוואוינער האבן אפגעגעבן די כבוד האחרון שטייענדיג אויף די טעראסעס און דער רב שליט''א האט באגלייט די מיטה ביזן הר המנוחות, ווי דער ראש ישיבה איז געקומען לקברוה אינעם חלקת הרבנים דקהל מחזיקי הדת סמוך ונראה לציון הק' הרה"ק מבעלזא זי"ע.