1/4

מכתב תנחומין פון כ"ק מרן אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש

פאר אידן וואס האבן פארלוירן קרובים און באקאנטע אין די מגיפה ה' ירחם

ב"ה. כ"ה ניסן תש"פ

מען געפונט זיך אין א שווערע צייט, ווען אסאך אידן האבן פארלוירן נאנטע און באקאנטע וואס זענען נפטר געווארן לחיי העולם הבא. אין אזא צייט, איז פאסיג זיך צו מתבונן זיין אין די יסודות פון אונזער אמונה. נאר אזוי קען מען זיך מחזק זיין.

אין אזעלכע אומשטענדן טרעפט זיך, אז מענטשן טראכטן אז זיי וואלטן געקענט פארמיידן די טויט אויב מען וואלט באהאנדעלט דער חולה אויף א צווייטע וועג. דאס ברענגט צו, אז די נאנטע זאלן לעבן מיט שולד-געפיהלן אויף זיך אליין, אדער געפיהלן פון כעס אויף די דאקטורים און שפיטעלער, און דאס גלייכן.

אבער א איד דארף געדענקן, אז אלעס איז פון הימל.

אפילו אין א פאל וואס א מענטש האט מיט זיין בחירה געמאכט לייכטזיניגע באשלוסן וואס האבן צוגעברענגט אז דורך איהם זאל דער חולה שטארבן, און מען קען איהם אנקלאגן און באשולדיגען אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, דארף מען וויסן אז אויף דער חולה איז אין יעדן פאל נגזר געווארן מן השמים צו שטארבן, און אויך אהן די לייכטזינגקייט פון דעם מענטש, וואלט ער געשטארבן דורך א צווייטע וועג.

דאס איז מרומז אין דעם וואס רש"י ברענגט אין אנהייב פרשת חוקת, וואו מען רעדט פון זיך מטהר זיין פון טומאת מת נאכדעם וואס איינער איז געשטארבן, אז דער אויבערשטער זאגט: "גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה" - געדענק אז די גזירה פונעם שטארבן קומט פון מיר, און א מענטש האט נישט קיין רשות צו טראכטן נאכדעם וואס דער חולה איז געשטארבן, אז אפשר וואלט ער נאך היינט געלעבט געזונטערהייט, אויב מען וואלט באהאנדעלט די חולה מיט אן אנדערע מעדיצינישע פראצעדור, און דאס גלייכן.

צוליב דעם וואס אלעס קומט פונעם באשעפער, דארף אויך די אבילות אויף א מת זיין באגרעניצט, לויט די הלכה.

אין דעם ענין שטייט אין פסוק (דברים יד, א-ב): "בנים אתם לד' אלקיכם, לא תתגודדו ולא תשימו קרחה בין עיניכם למת, כי עם קדוש אתה לד' אלקיך" – ענק זענען קינדער צו דער אויבערשטער אייער גא-ט, איר זאלט נישט צוקראצן אייער גוף און נישט אויספליקן אייער האר פון צער אויף א מת, ווייל איר זענט אן הייליג פאלק צו דער אויבערשטער אייער גא-ט.

עס ווערט ערקלערט אין פירוש הרמב"ן אויף דעם פסוק, אז וויבאלד מיר זענען קינדער פונעם אויבערשטן, וואס ער האט אונז ליב נאך מער ווי סתם א טאטע צו זיין קינד, איז דאך זיכער, אז אויך ווען ער נעמט איינעם אוועק פון אונז, איז דאס אויך צום גוטן, און אונז דארפן מיר זיך פארלאזן אויף אונזער טאטע אין הימל אזוי ווי קליינע קינדער פארלאזן זיך אויף זייער טאטע, אויך ווען זיי פארשטייען נישט וואס ער טוט.

אויך אלס מיטגעפיהל פאר דער מת אליין, קומט נישט צו זיין קיין אומבאגרעניצטע צער אויף דעם וואס זיין גוף איז געשטארבן, ווייל דער עיקר פון א מענטש איז די נשמה וואס איז אין איהם, און די נשמה לעבט ווייטער א רוחניות'דיגע לעבן אויף יענע וועלט. און יעדער וואס געהערט צום הייליגן פאלק, קומט צום סוף אן אין גן עדן, אזוי ווי דער אויבערשטער האט אונז צוגעזאגט (שמואל ב יד, יד): "לבלתי ידח ממנו נדח".

וועגן דעם, קומט נישט אז א איד זאל זיך מצער זיין אויף אזא שטארקע וועג אז ער זאל זיך צוקראצן, אזוי ווי די גוים טוען. נאר מען וויינט פון בענקשאפט צו דעם מת, אזוי ווי די נאטור איז צו וויינען אויך ווען א לעבעדיגע זון געזעגענט זיך פון זיינע עלטערן ווען מען פארט אוועק צו א ווייטע פלאץ אויף א לענגערע צייט.

אפילו די צער פון זיך שיידן, איז ביי א איד נישט ווי די צער פון א שיידונג אויף שטענדיג, ווייל מען גייט זיך נאך אמאל טרעפן, ביי תחיית המתים.

מיין רבי הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע, איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אינעם טאג פון ט' שבט אין יאר תש"ד, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה און רוב פון זיינע חסידים, וואס זיי זענען ערמארדעט געווארן דורך די נאציס ימח שמם. און איך האב געהערט אז החסיד רבי יאשע בעלזער ז"ל האט דערציילט, אז ווען הרה"ק מבעלזא זי"ע האט דעמאלס געפירט טיש אין די ערשטע ליל שבת אין ארץ ישראל, וואס איז געווען "שבת שירה", האט ער געזאגט די פאלגענדע דבר תורה:

די "שירת הים" הייבט זיך אן: "אז ישיר משה ובני ישראל", און רש"י שרייבט אויף דעם בשם המדרש: "מכאן רמז לתחיית המתים מן התורה". דאס דארף א ביאור, וואו איז דא מרומז די ענין פון תחיית המתים.

האט הרה"ק מבעלזא זי"ע געזאגט, אז קען מען דאס מסביר זיין לויט א צווייטע מדרש. עס שטייט אין מדרש אויפן פסוק "וחמושים עלו בני ישראל מארץ מצרים", אז נאר איינער פון יעדע פונף אידן זענען ארויס פון מצרים, ווייל פיר פונפטלעך פון כלל ישראל זענען געשטארבן אין די שלושת ימי אפילה פון מכת חושך. לויט דעם קומט אויס, אז יעדער איד האט געהאט אסאך קרובים וואס זענען נפטר געווארן א קורצע צייט פאר מען איז ארויס פון מצרים. אויב אזוי איז שווער, ווי אזוי האבן די אידן זיך געקענט צוזאמנעמען צו זינגען א פרייליכע שירה אין אזא טרויעריגע תקופה.

נאר דער ענטפער אויף דעם איז, אז זיי האבן געגלייבט מיט א שטארקע אמונה אז דאס שטארבן איז נאר א צייטווייליגע שיידונג פון די נשמה פון די גוף, ביז מען וועט זוכה זיין צו תחיית המתים, מיט דעם האבן זיי זיך געטרייסט אז מען גייט זיך נאך אמאל טרעפן. אויף דעם האט די מדרש געזאגט, אז פון דעם וואס די אידן האבן געקענט זינגען שירה, זעט מען די שטארקע אמונה פון אידישע קינדער אין תחיית המתים. עד כאן תוכן דבריו הקדושים.

עס איז ראוי צוצולייגן, אז דאס שטארבן פון די אידן אין די ימי אפילה איז באמת געווען א גרויסע טובה, אז ווי זקיני הקדוש דער "בני יששכר" זי"ע האט ערקלערט אין זיין הייליגער ספר "אגרא דכלה" (פרשת בשלח) על פי קבלה, אז זייער שטארבן האט אויסגעפעלט כדי כלל ישראל זאלן קענען ווערן אויסגעלייזט פון מצרים, און די אלע נשמות וואס זענען דעמאלס געשטארבן זענען זוכה צו א גאנצע תיקון דורך דער אויבערשטער אליין, און אויף זיי איז געזאגט געווארן (ישעיה כז, יג) אז ביי תחיית המתים וועלן קומען "הנדחים בארץ מצרים".

ענליך צו דעם האט זקיני הקדוש דער "בני יששכר" זי"ע געשריבן אין א בריוו צו זיינע חסידים אין מונקאטש נאך די כאלערא מגיפה אין יאר תקצ"א, אז די מגיפה איז געקומען פאר אונזער טובה, כדי צו דערנענטערן די גאולה. אויך ווען מען איז נישט זוכה גלייך צו די גאולה, טוט די מגיפה אראפרעכענען אסאך יארן פון די שווערע גזירת הגלות.

א איד דארף גלייבן אז אלעס איז לטובה, לויט הימלישע חשבונות וואס זענען העכער אונזערע השגות. ממילא דארף ער אננעמען בשמחה אפילו זאכן וואס זעהן אויס שלעכט. און ער דארף אפילו לויבן דעם אויבערשטן אויף דעם, אזוי ווי חז"ל זאגען (ברכות נד ע"א): "חייב אדם לברך על הרעה כשם שהוא מברך על הטובה".

די גרויסע אונטערשייד וואס איז דא צווישן אידן אין גוים ביי דעם ענין, האט זיך ספעציעל ארויסגעוויזן ביי חצות פון די ערשטע פסח ביינאכט אין מצרים. פון איין זייט האט מען געזען די מצריים שרייען שרעקליכע אומבאנומענע קולות, פון זייער אומבאגרעניצטע צער אויף דאס טויט פון זייערע בכורים. און פון די אנדערע זייט האט מען געזען די אידן זיצן אין זייערע שטובער ביי די סעודה פונעם קרבן פסח, זינגענדיג פרייליכערהייט הלל והודאה פארן אויבערשטן, טראץ דעם וואס זיי האבן פארלוירן רוב פון זייערע משפחות א קורצע צייט בעפאר.

דאס האט דעמאלס געמאכט א געוואלדיגע נחת רוח פארן אויבערשטן. הרה"ק רבי משה לייב סאסובער זי"ע האט געזאגט אויפן פסוק (שמות יב, כז) "אשר פסח על בתי בני ישראל במצרים", אז דער אויבערשטער האט כביכול אזוי ווי געשפרינגען פון שמחה ווען ער איז דעמאלס אנגעקומען צו די אידישע שטובער. און דעמאלס האבן זיי זוכה געווען צו ווערן אויסגעלייזט.

די דאזיגע גוטע לימוד דארפן מיר זיך לערנען און מיטנעמען מיט אונז פון די יום טוב פסח העעל"ט, אזוי ווי עס שטייט (דברים טז, ג): "למען תזכר את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך".

אין די צייט וואס אונז זענען זיך משתתף בצערם של ישראל און זענען מתפלל פאר ישועות און אפענע חסדים, דארפן מיר אויך געדענקן צו מחזק זיין איינער דעם צווייטן מיט אמונה און בטחון.

אין דעם זכות, המקום ינחם אותנו בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, וכימי צאתנו מארץ מצרים יראנו נפלאות.