1/4

עצרת הספד והתעוררות פון כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק זצ"ל

היינט וועט אפגעהאלטן ווערן אויפן טעלעפאן אן 'עצרת הספד והתעוררות' להסתלקותו פון כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק זצ"ל. צווישן אנדערע וועלן אויפטרעטן: הגאון ר' אהרן פעלדמאן שליט"א ר"י נר ישראל באלטימאר, הגאון ר' שמואל קאמענעצקי שליט"א ר"י פילאדעלפיע, כ"ק אדמו"ר מוויעליפאלי שליט"א, כ"ק אדמו"ר ר' יהושע פערלוב מנאוואמינסק שליט"א, הגאון ר' אליהו בראדני שליט"א ר"י מיר-פלעטבוש און הגאון ר' אלישע הורוויץ שליט"א.