1/4

פאראייניגטע בריוו פון גדולי הדור

דער פרישן זוממער-זמן האט זיך שוין אנגעהויבן אין די עולם הישיבות בארה"ק, אבער נישט אין די היכלי התורה, נאר אויף די טעלעפאנען – די נייע אכסניא של תורה אין די יעצטיגע עפעדמיע צייטן. אין א פאראייניגטע בריוו טוהן די צוויי מנהיגים פון די ליטווישע פראקציע, הגאון ר' חיים קנייבסקי און הגאון ר' גרשון אדלשטיין שליט"א, אויפפאדערן פון אלע ראשי הישיבות און משגיחים פון די ישיבות הקדושות, אראפצונעמען פון זייערע צייט און זיך אפגעבן באזונדער מיט יעדן תלמיד עקסטער דורכ'ן רופן יעדן תלמיד כאטשיג איינמאל א וואך און זיך נאכפרעגן איבער זיינע חברותות און אנדערע באדערפענישן וואס דאס טוט הייבן די תלמידים אויף העכערע רעלסן. אין א באזונדערע בריוו צו די בית יעקב אלו הנשים בעטן די גדולים, אז אויב איז מעגליך, זאל מען אוועקשטעלן אן עקסטערן שטוב אין הויז וואס זאל זיין געאייגענט פאר די קינדער דארטן צו קענען לערנען די סדרי הלימודים כדי זיי זאלן קענען לערנען רוהיג און נישט געשטערט ווערן. זיי ענדיגן מיט א ברכה: "ווי שווערער עס קומט אן, אלס גרעסער וועט זיין דער שכר לעתיד לבא און אויך בעולם הזה וועלן זיי זעהן אסאך נחת פון אלע זייערע קינדער. אכי"ר".