1/4

פתחו שערים ויבא גוי צדיק

מיט גרויס פרייד האבן זיך צוריקגעעפענט די טויערן פון פילע תלמודי תורה לענגאויס ניו יורק, אנגעהויבן מיט די עלטערע כתות וואס זענען צוריק לערנען אין די בניני המוסדות, נאך א לענגערע וואקאציע פון דריי חדשים. דאס קומט נאך א וויכטיגע זיצונג וואס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן מיט צענדליגע מנהלי המוסדות אנגעפירט דורך העסקן הרב יעקב מייער הי"ו פון מתעסקים וועלכע האט איבערגעגעבן אז ער האט אויסגעארבעט אויף א לעגאלע וועג אז די תלמודי תורה זאלן קענען זיין אפן און ער האט אויך גערעדט מיט די פאליציי אז זיי וועלן נישט אינפאסירן אפענע תלמודי תורה. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס עס איז געמאלדן געווארן די פאזעטיווע נייעס, אז מוסדות התורה אין מונטריאל און קרית טאהש וועלכע זיך צוריק קענען עפענען דעם קומענדיגן מאנטאג. ביז היינט איז שוין געווען ערלויבט דאס עפענונג פון שולעס אין קיובעק אבער נישט אין מונטריאל. אבער נאך די ארבעט פון עסקנים האבן זיי באוויזן אויסצוארבעטן מיט די רעגירונג אז מוסדות התורה וועלן זיך קענען עפענען דעם קומענדיגן מאנטאג בהעלותך הבעל"לט. אין אנדערע נייעס, איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א נעכטן דינסטאג ערשינען אין היכל המתיבתא איבערצוגעבן די טעגליכע 'ישעור כללי' פאר די בחורים. דער רבי שליט"א פירט זיך איבערצוגעבן א שיעור כללי צוויי מאל א וואך, און האט דאס ווייטער אנגעהאלטן אויך אין די שווערע צייטן דורכ'ן טעלעפאן. נעכטן איז געווען דאס ערשטע מאל אין לויף פון דריי חדשים וואס דער רבי האט איבערגעגעבן די שיעור פנים אל פנים.