1/4

שאקירנדע נייע רעגאלאציעס איבער ל"ג בעומר אין מירון

טובים השנים אין מירון

די מדינת ישראל באאמטע האבן געמאלדן היינט נאכמיטאג אז אנדערש ווי געמאלדן ביז יעצט, וועט אתרא קדישא מירון ווערן גענתליך פארשלאסן ביום לג' בעומר און בלויז צוויי הדלקות וועלן ווערן ערלויבט אפגעראכטן צו ווערן אויפן פלאץ: די באיאנ'ע הדלקה פאר די אשכני'שע יודן, און א ספרדי'שע הדלקה פאר עדת הספרדים. דאס באדייט אז די אלע קהלות און חצרות הקודש וואס האבן ערהאלטן ערלויבענישן צו פייערן אן הדלקה אין מירון אויף לג' בעומר, וועלן עס מוזן אפפרופן צוליב די פרישע רעגולאציעס