1/4

שארפע בריוו פון חברי הבד"ץ‎

אויפן פארלאנג פון די געזונטהייט באאמטע אין מדינת ישראל, אז קארונא באטראפענע זאלן זיך איזאלירן אין 'האטעלן', האבן חשובע רבנים ובראשם חברי הבד"ץ שליט"א ארויסגעגעבן א פארארדענונג אז אנגעשטעקטע זאלן נישט פארבלייבן אין שטוב, נאר זאלן זיך אויפהאלטן אין 'מלונות' לויט ווי עס פארלאנגט. די רבנים זענען אבער ערשטוינט געווארן נאכצוהערן געפערליכע מכשולות וואס האט אנגעטראפן אידן יראים ושלמים וויילענדיג אין די האטעלן מיט אפענע אינערנעט-צוטריט און תערובות וועלכע איז נישט אויסגעהאלטן. צוליב דעם האבן די רבנים אפגעשיקט א ספעציעלע בריוו צו די פאראנטפארטליכע האטעלן אז נאר אויב זיי וועלן זיך צושטעלן צו די רוחניות'דיגע פרינציפן וועט מען זיך צושטעלן צו די מדינת ישראל רעגולאציעס און אויב וועלן נישט אונטערגענומען ווערן די נויטיגע שריט אפצושטעלן די הפקירות אין די האטעלן וועט מען אסר'ן פאר סיי וועמען זיך אויפצוהאלטן אין די מלונות.