1/4

שטוינענד געלאזט וואקסן א בארד און פאות און געהאלפן געווארן נאך 21 יאהר מיט א קינד

ליפקד בדבר ישועה ורחמים

א גאר אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך נעכטן אפגעשפילט ווען עס איז געבוירן געווארן א טאכטער ביי הרב יעקב משה שרייבער הי"ו פון לעיקוואוד, נאך איין-און-צוואנציג יאהר.

פארלאפענעם יאהר האט ר' יעקב משה הי"ו געבעטן א ברכה אויף קינדער פון הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א זאגענדיג, אז דער גאון האט אים שוין צוגעזאגט פאריאהר א קינד אויב וועט ער מאכן הבדלה יעדן מוצ"ש אויף וויין  און ער איז דערווייל נאכנישט געהאלפן געווארן. דער גאון שליט"א האט געזאגט: "לאזט זיך וואקסן א בארד און פאות וועסטו האבן א קינד!"... ר' יעקב משה האט איבערגעפרעגט: "דער גאון זאגט צו?"... - "יא" - האט דער גאון געענטפערט מיט א זיכערקייט.

ר' יעקב משה דערציילט: "מיט עלף יאהר צוריק האב איך געהאט א קינד אבער זינט דאן האב איך נישט זוכה געווען צו קינדער. נעכטן איז ביי מיר געבוירן געווארן א מיידעלע למז"ט!"...