1/4

נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש

מיט גרויס צער און ווייטאג איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה מיט די הסתלקות פון חסידא ופרישא כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב הרה"צ ר' חיים מערץ זצוק"ל אין עלטער פון 73 יאהר. דער רבי זצ"ל איז געווען א זון פון דער בארימטער פועל ישועות הרה"ק רבי יחזקא'לע מערץ זי"ע און אידעם פון כ"ק אדמו"ר מקאזניץ הרה"צ ר' מרדכי היילפרין זצ"ל. נאך די הסתלקות פון זיין הייליגן פאטער ט' סיון תשל"ב האט ער איבערגענומען דאס ביהמ"ד אין וומסב"ג און האט אנגעפירט די עדה הקדושה קרוב צו א יובל יארן. דער רבי זצ"ל איז געווען נערץ ונקדש איבער די גאנצע וועלט אלס צדיק וקדוש און איז איז געווען אנגענומען אלס 'דער גוטער יוד' ווי ערליכע יודן האבן זיך געקוויטעלט און גענומען ברכת קדשו אין יעדן געלעגנהייט און זיך מזכיר זיין לעצה ותושיה. דער רבי זצ"ל איז געזעצן און געלערנט שעות ארוכות יומם ולילה און דאס דאווענען איז געווען מיט אן השתפכות הנפש, וואס האט געצויגן פילע יודן מיטצוהאלטן די עבודת הקודש ביים רבי'ן און זיך מתחמם זיין לאורו הבהיר.

דער רבי זצ"ל דער רבי זצ"ל איז געווען א נחבא לכלים און כמעט נישט גערעדט, אבער זיין גאנצע מהות געווען 'כולו אומר כבוד' און יעדער וואס האט אים נאר געזען האט אים ארויפגעקוקט מיט א זעלטענעם חרדת קודש, וראו כי שם ה' נקרא עליו. שמו הטוב הולך לפניו און דער נאמען 'רבי חיים מערץ' האט אויסגערופן א געוואלדיגע הדרת הכבוד און אלע גדולי ישראל האבן זיך גערעכענט מיט זיינס א ווארט. דאס הסתלקות פון רבי'ן זצ"ל איז א ספעציעלע אבידה גדולה פאר די שטאט וומסב"ג וואס באוויינט די אומשאצבארע פארלוסט פון דעם צדיק תמים וואס האט באלאכטן דעם שטאט מיט זיין קדושה און צדקות, ואבידה היא שאין לה תמורה. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט פאריתומ'ט זיין חשובע ברודער כ"ק אדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א', די שוועסטער הרבנית תליט"א אשת כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א, הרבנית תליט"א אשת כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-קרית גת זצ"ל. און זיינע חשובע קינדער: הרה"צ ר' משה יוסף שליט"א חתן הגה"צ אב"ד לאדאני שליט"א, הרה"צ ר' יחזקאל שרגא שליט"א דומ"ץ קרית טאהש חתן כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א, הרה"צ ר' אליעזר שליט"א פון אנטווערפן חתן האדמו"ר מפרעמישלאן-אנטווערפן שליט"א, הרה"צ ר' יואל זוסמאן שליט"א חתן האדמו"ר מספינקא-ק"י, הרה"צ ר' אלימלך שליט"א פון מונטריאל חתן בן הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא. זיינע חשובע איידימער: הרה"צ ר' שלום ראטה שליט"א בן כ"ק בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א, הרב יחזקאל שרגא לאנדא שליט"א בן הגה"צ אבד"ק עדעלין-קערעסטיר שליט"א, הרב זלמן לייב קאהן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סענדזארש שליט"א, הרב חיים פסח יונגער שליט"א בן הגה"צ אב"ד יראים-מאנסי שליט"א און הרב יואל פישער שליט"א.

די לויה איז ארויס פארנט פון בית מדרשו אין וומסב"ג וואו ער איז געקומען לקבורה אויפן ביה"ח אין ניו דזורסי סמוך ונראה לציון אביו זצ"ל. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

מיט גרויס צער נעמן מיר אויף די ביטרע בשורה פונם פטירה פון הגה"צ כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל נאכדעם וואס די רבי האט זיך ארומגעמיטשעט אין שפיטאל די לעצטע חודש צייט מיט'ן כינע וויירס.

פרטים איבערען לויה וועט נאכפאלגען.