1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט דאנערשטאג כי תצא


שמחת בית דעעש - לויעב טשערנאביל - פאלטיטשאן:  שמחת החתונה פון חתן-כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מלויעב טשערנאביל שליט"א החתן בן לחתנו הרה"ג מרדכי פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, מיטהכלה בת לחתנו הרה"ג אלעזר שטיין שליט"א בן כ"ק גאב"ד פאלטישאן שליט"א, די שמחה קומט פאר אין די זאל פון כרם מנחם אין בארא פארק.


שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, החתן בן הרב שלמה ישראל ריזל שליט"א, מיט די כלה בת לחתנו הרב נפתלי הכהן ראזענגארטן שליט"א - עס קומט פאהר אויף א פריוואטע פארנעם אין זאל אחוזת פרידמאן אין אשדוד.

שמחת החתונה פון החתן בן הנגיד ר' בעריש האפפמאן שליט"א פון לאנדאן, מיט די כלה בת הרב חיים בער שארר שליט"א בן הגה"צ ר' רפאל הלוי שארר שליט"א אבד"ק תפארת גדלי' וראש ישיבת וויזניץ-מאנסי וחתן הגה"צ ר' חיים פינטער שליט"א אבד"ק ביקאווסקא לאנדאן – די שמחת החתונה קומט פאר אין שטאט לאנדאן.

שמחת הברית פון ערשטן אייניקל ביי הגה"צ ר' ירוחם פישל ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת יודעי בינה מונקאטש-מאנסי בן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק קירלהאזא שליט"א, בן הבכור ביי בנו הרב חיים אלעזר צבי ראבינאוויטש שליט"א חתן הגה"צ ר' חיים יודא לייבוש ראבינאוויטש שליט"א אב"ד ביאלה-מאנטשעסטער בן כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק.

שמחת השבע ברכות בבית וויזניץ – קאסאן – ביקסאד: אין היכל הישיבה גדולה אין קייאמישא לעיק.


שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ מאנטריאל זצ"ל בן הנולד ביי הרב ישכר דוב מאסקאוויטש שליט"א בן הגה"צ ר' אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, וחתן הגה"צ ר' מנחם בנציון שנעעבאלג שליט"א אבד"ק ראזלא - די שמחת הברית קומט פאר אין סקולענע בית המדרש אין בארא פארק.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א החתן בן לחתנו הרב זלמן לייב פילאפף שליט"א, מיט די כלה בת הרב יעקב גראס בן הגה"צ ר' זלמן לייב שליט"א מסעליש-וומסב"ג חתן אב"ד איבראן-וומסב"ג שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב יואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, מיט די כלה בת הרב יואל זוסמאן מערץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל חתן כ"ק אדמו"ר מספינקא-אנטווערפן זצ"ל.

כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בי"ש שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין ניו יארק לכבוד א משפחה שמחה. דער רבי שליט"א וועט וויילן אויף שבת אין מאנסי.

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט זיך היינט צוריקגעקערט למעון קדשו אין ירושלים, נאכ'ן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע וואכן אין די נייע חרדישע געגענט אין הר יונה אויף אפרוה.


מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א קומט היינט אן צום שטאט אשדוד, אויפצונעמען קהל חסידיו לקראת די ימים נוראים. תפילת מנחה וועט דער רבי דאווענען אין די ארטיגע וויזניצ'ע ישיבה און דערנאך אויפטרעטן מיט שיחת הכנה לקראת ימים נוראים.


ניחום אבלים: צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר משאץ מאנטריאל זצ"ל זיצן די קינער הרבנים הגאונים שליט"א אין זיין שטוב אין מאנטריאל און אויך אין וומסב"ג ביז ערב שב"ק.

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער קומט אן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית רחל לאה רויזענבלום ע"ה אשת חבר הגה"ק רבי אברהם יוסף ראזענבלום זצ"ל בעל נתיבות יושר וראש ישיבת שערי יושר, וועלכע איז נפטר געווארן אין עלטער פון 84 יאר. הרבנית ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה"צ רבי יהודה דעוויס זצ"ל ראש ישיבת זכרון מאיר ד'מאונטענדעיל. די לויה גייט ארויס היינט 10:30 צופרי פארנט פון 'ישיבת שערי יושר' אין בארא פארק ווי זי וועט קומען לקבורה אויפן וויזניצ'ן בית החיים אין מאנסי. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

בא השמש בצהריים: מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע הסתלקות פון הגה"צ ר' יוסף דוד ניישלאס זצ"ל רב ביהמ"ד אגודת אחים לעיקוואוד אין יונגען עלטער פון בלויז 52 יאהר, נאכ'ן ליידן פון א הארץ-אטאקע. דער רב זצ"ל איז געווען א זון פון יבדלחט"א הגה"צ ר' יעקב ניישלאס שליט"א מסערדיהעלי און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאסטראוו-קאלאשין בענזינהורז שליט"א. די לויה איז ארויס פארנט פון זיין ביהמ"ד אין אוקען-וויין געגענט אין לעיקוואוד ווי ער איז געקומען לקבורה אויפן בית החיים אין שיכון סקווירא. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.