1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך נצבים-וילך


שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג צבי יוחנן שפיץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל חתן כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל-מילאוואקי שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג שמעון ישראל מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד שאפראן זצ"ל חתן הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד בית אהרן, די שמחה קומט פאר אין זאל פרדס צבי אין וויליאמסבורג.

שמחת התנאים פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מדעעש-וויליאמסבורג שליט"א, מיט הכלה נכדת כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א בת לבנו הגה"צ ר' שלום שליט"א אבד"ק אסטריק חתן כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד קהל יראי ה' קארלסבורג אין בארא פארק.


שמחת התנאים פון החתן בן הרב מאיר האלבערשטאם שליט"א אב"ד אהל רפאל, מיט די כלה בת הרב יואל האלבערשטאם חתן הרה"ח ר' יעקב האניג שליט"א – אין ראסלאוויצ'ע זאל אין בארא פארק.

שמחת הווארט פון החתן בן הרב אייזיק כהנא שליטא ספינקא קרית יואל מיט די כלה אייניקל פון בית יצחק ספינקא בת לבנו הרב אשר יונה הורוויץ חתן מאדא – בביהמד ספינקא קרית יואל


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראוו שליט"א, מיט די כלה בת כ"ק אדמו"ר מאלכנסדר-ב"פ שליט"א.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, א טאכטער ביי זיין איידעם הרב יהודה ארי' שטערנבערג שליט"א. די שמחת הווארט איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול סלונים אין ירושלים.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' יצחק זאב פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת עמלה של תורה, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' עקיבא וואזנער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א גאב"ד זכרון מאיר, און איידעם ביי הגה"צ ר' יקותיאל ליבערמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יוסף ליבערמאן שליט"א ר"י שומרי החומות.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב חיים דוד לאנדא שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק עדעלין קערעסטיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב נפתלי צבי לייטנער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים יוסף לייטנער שליט"א רב דקהל בנין דוד מאנטיוואדעא

ככלות השלושים צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל, וועט בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א ארויפגיין צום ציון הק' אויפן ביה"ח אין גבעתיים. פארנאכט'ס וועט פארקומען אן עצרת הספד אין ביהמ"ד הגדול סאדיגורא אין בני ברק בראשות בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.

מעמד חנוכת ביהמ"ד פון ביהמ"ד החדש דחסידי מאדזיץ אין שטאט טבריה, בראשות כ"ק אדמו"ר ממאדזיץ שליט"א. דערנאך וועט דער רבי שליט"א אויפנעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים.


היינט קומט פאהר א 'כנוס התעוררות' לקראת די ימים נוראים אין סקולענ'ער ביהמ"ד אין בארא פארק, וואו הגה"צ ר' יצחק אייזיק קרישעבסקי שליט"א וועט אויפטרעטן.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קיימישע קומט היינט אן קיין וויליאמסבורג און וועט אויפנעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים בבית הרה"ג ר' פנחס שלום ראטענבערג שליט"א.

כ"ק האדמור מבאבוב-45 בלעיקוואוד בבית ר' חיים דוננער הי"ו.

כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין וויליאמסבורג אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים אין שטוב פון הר"ר יוסף צבי קאהן הי"ו.

כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א קומט היינט אן קיין ירושלים עיה"ק, אויפצונעמען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג.

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א אין מאנסי בבית ר' מאיר זלמן שטעג שליט"א.

בקשו רחמים: די ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת הרבנית משאפראן תליט"א וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל אין א שווערע צושטאנד, הרבנית מרים בת פיגא בלומא לרפו"ש.



די פערצנטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מבערעגסאז זצ"ל בעל אמונת איתן, די קינדער האדמורי"ם שליט"א גייען ארויף צום ציון הק' אויפן הר המנוחות, בחלקת קהל מחזיקי הדת בעלזא. בנו כ"ק אדמו"ר מבערעגסאז שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט טיש בהיכל בית מדרשו פון זיין טאטן דער רבי זצ"ל אין פתח תקוה.