1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג האזינו א'


כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א קומט היינט אן קיין מאנטריאל לכבוד די שמחת הברית פון נכדו בן לבנו הרה"ג ר' גבריאל יהודה פארטוגאל שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנטריאל, וועלכע קומט פאר אין ביהמ"ד וויזניץ אין שטאט.

כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א קומט היינט אן קיין לעיקוואד אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביש בראדט הי"ו.


א ספעציעלע מעמד 'יחידי סגולה' פון א געקליבענע צאל נדיבים בעם לטובת 'ישיבת סערדאהעלי' - אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אין בארא פארק.

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א קומט היינט אן קיין לעיקוואד, אויפצונעמען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג, בהיכל בית מדרשו אין שטאט.

כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א קומט היינט אן קיין לעיקוואוד אויפצונעמען דעם ציבור אין שטוב פון ר' דוד אייזן הי"ו.

כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט א דרשה אין ראם פון 'ארגון שיעורי תורה' אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.


עצרת הספד והתעוררות, לזכרו פון הגה"צ ר' אשר יעקב וועסטהיים זצ"ל דיין אין שטאט מאנטשעסטער, ורב קהילת אגודת ישראל, וועלכער איז נפטר געווארן פארלאפענעם חודש ניסן אין ברען פון די ימי המגיפה, די עצרת קומט פאר אין ביהמ"ד אגודת ישראל אין מאנטשעסטער.

היינט קומט פאהר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צום ביהמ"ד קהל יטב לב סאטמאר אויף די 15טע עוו. אין בארא פארק, אריינגעגעבן דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

היינט קומט פאהר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צו ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, אריינגעגעבן דורך חיים פסח ווייס הי"ו.

היינט קומט פאר די מעמד כתיבת האותיות פון די ספר תורה וועלכער איז געשריבן געווארן דורך תומכי כולל וויזניץ וויליאמסבורג, אין שטוב פון הרה"ג ר' פנחס שלום ראטענבערג שליט"א בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג.


היינט קומט פאהר די יערליכע מעמד 'כינוס הלכה רבתי' פאר רבנים און דיינים פון איבער גרעיטער ניו יארק, צוגעשטעלט דורך מכון 'מדריך להוראה' בנשיאות הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא - אין עטרת טשארנא זאל אין מאנסי.

היינט קומט פאהר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צו ביהמ"ד סאדיגורה אין לעיקוואד, נדבת הנגיד ר' שמואל זאנוויל שארף שליט"א.


היינט קומט פאהר אן 'עצרת התעוררות' דורך תלמידי וחסידי קאשוי אין ביהמ"ד קאשוי אין וויליאמסבורג.

היינט קומט פאר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צום ביהמ"ד מעשי למלך ווייטצען אין וויליאמסבורג, אריינגעגעבן דורך די מתפללי ביהמ"ד, די סעודה לגומרה של תורה וועט פארקומען אין די זאל'ן פון עידן פאלאס אין וויליאמסבורג.

מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד חקל יצחק ספינקא אין לעיקוואוד בראשות כ"ק אדמו"ר מספינאק לשיט"א.

מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד פשעווארסק אין מאנסי, אריינגעגעבן דורך די מתפללי ביהמ"ד. די תהלוכה גייט ארויס פון שטוב פון הרה"ח ר' ישראל חיים קעלנער הי"ו, און וועט ווערן אריינגעפירט צום היכל הביהמ"ד אויף 22 ראנעלד, דערנאך וועט פארקומען די סעודת מצוה אין זאל עטרת יחיאל אין מאנסי.

מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צום בית המדרש דקהל זרע קודש לאנצוהט אין וויליאמסבורג, אין שפיץ פונעם רב הגה"צ ר' שלום חיים ראובן וואגשאהל שליט"א, לעילוי נשמת בנו הב' אלטר יעקב יצחק וואגשאהל ע"ה, די תהלוכה גייט ארויס פון שטוב פונעם רב שליט"א.

מעמד הכנסת ספר תורה, וואס ווערט אריינגעגעבן צום בית המדרש בית יחיאל דחסידי תולדות אהרן אין קרית יואל, נדבת משפחת אייזענבערג, לע"נ הרה"ח ר' שמואל צבי אייזענבערג ע"ה, די סעודה לכבודה של תורה וועט פארקומען אין זאל עטרת מייזעלס אין קרית יואל.

די יערליכע מסיבה אין לעיקוואד לטובת החזקת הישיבה ישיבה דמאנסי מיסודו פון הגאון האדיר ר' משה גרין זצ"ל, אין שטוב פון הרה"ח ר' אהרן שטערן הי"ו, וואו הגה"צ ר' שלום גרין שליט"א ראש הישיבה וועט אויפטרעטן מיט דברי הכנה צו די הייליגע טעג.