1/4
  • RDN online

ואלה תולדות יצחק: כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א הרה"צ ר' יצחק יהושע העשיל פרידמאן שליט"א

כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יהושע'לע פרידמאן שליט"א מסאדיגורא, איז געבוירן כד' אייר תשנ"ו אין לונדון. אין זיינע קינדער יארן האט ער געלערנט אין תלמוד תורה דחסידי בעלזא אין לונדון ווי ער האט זיך פארהערט אויף גאנץ ששה סדרי משנה פון אויסענווייניג און האט דאס מסיים געווען ברבים ביי א קאנווענשאן פון 'אגדות ישראל' וועלכע איז פארגעקומען אין לונדון. דער רבי שליט"א האט זיך נישט באגעניגט מיטן ענדיגן ששה סדרי משנה אלס קינד, נאר אויך אין די שפעטערע יארן אלס בחור און אלס יונגערמאן האט ער אוועקגעשטעלט א ספעציעלע סדר צו ענדיגן ששה סדרי משנה יעדע יאר. אלס בחור האט ער געלערנט אין 'ישיבה קטנה דחסידי בעלזא' אין לונדון און ווען ער איז עלטער געווארן איז ער געגאנגען לערנען אין 'ישיבה גדולה געיטסהיד' בראשות הגאון רבי אברהם גוראביץ שליט"א  ווי ער איז געווען פאררעכענט פון די חשובסטע תלמידים. דערנאך איז ער געגאנגען לערנען אין 'ישיבת מיר ירושלים'. אין די מיר'ע ישיבה דער רבי שליט"א געווען פאררעכענט אלס תלמיד חביב ביי הגאון רבי אשר אראלי שליט"א מיט וועמען ער האט געלערנט בחבורתא. א באזונדערע קשר האט דער רבי פארמאגט מיט מרן ראש הישיבה הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א וועלכע איז ארויס מגדרו און האט זיך באטייליגט ביי זיין שמחת החתונה. אין ארץ ישראל האט דער רבי שליט"א גענאסן א קירבה יתירה ביי כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט"א וועלכע האט געלערנט מיט אים בחבורתא יעדן 'ליל ששי' אין ספר אוהח"ק, וואס ווי באקאנט פארנעמט דער לימוד אור החחיים הקדוש א גאר גרויסע ארט בחצרות רוזי'ן. ביום ז' שבט שנת תשע"ח לפ"ק, האט דער רבי שליט"א חתונה געהאט מיט הרבנית תליט"א בת הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א רב ביהמ"ד אהל יעקב פשעווארסק אנטווערפן בן הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן חתן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו-קאלאשין שליט"א פון סידערהורז. נאך די חתונה האט דער רבי שליט"א געוואוינט אין אנטווערפן און געלערנט פארמיטאג אין 'כולל הרבנים' בראשות הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאווראן שליט"א און נאכמיטאג אין 'כולל ש"ס' בראשות הגאון רבי בנימין יעקעבאוויטש שליט"א און ביינאכט אין די שטאטישע כולל בראשות הגאון ר' נחום הערץ לעווי שליט"א. אין אנטווערפן האט זיך דער רבי שליט"א געהאלטן גאר שטארק מקושר צו כ"ק אדמו"ר מפעשווארסק שליט"א וועלכע האט אים ארויסגעוויזן אן אויסערגעווענליכע התקרבות וואס מ'האט נישט געזען פריער. אויך יעצט, איידער די הכתרה, האט זיך דער רבי שליט"א דורכגעשמועסט אלע איינצעלהייטן מיט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. וואוינענדיג אין אנטווערפן איז דער רבי שליט"א געווארן א צוציאונגס-קראפט פאר חסידי רוזין ואנשי מעשה וועלכע האבן זיך געקלאמערט ארום דעם רבי'ן און געוואלט מקבל זיין מבאר ההוא, נישט קענענדיג גענוג אפוואונדערן זיין געטליכע געשטאלט פון קדושה און צדקות אונטער א שלייער פון ענוה און באשיידענקייט. אויף די דירעקטע פארלאנג פון ידידים און מעריצים האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן 'שלש סעודות תורה' יעדע 'שבת מברכים' אין 'קלויז טשורטקוב' אין אנטווערפן און חסידים פלעגן ארויפקומען צו אים אין שטוב ווי ער האט געפראוועט באטעס און התוועדות'ן. פון יונגווייז אן האט מען געזען אויפן רבי'ן שליט"א אז 'זה הקטן גדול יהיה', זיין אויסערגעווענליכע התמדה בתורה און זיינע גאלדענע מדות האט יעדעם באוואונדערט. אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל האט זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט אויף אים: "מיין שיעלע איז קדוש מרחם!"...  שוין אלס בחור אין ישיבה האט אים יעדער ארויפגעקוקט און געשעצט, זייענדיג פון די מצטייני הישיבה און א בחור וועלכע האט געלעבט מיט העכערקייט. די חבירים פון ישיבה דערציילן וואו ער איז געזעצן און געהארעוועט לאנגע שעות על התורה, אנדעם וואס ס'זאל אין אינטערסירן די נייעס אדער עפעס אנדערש אויסער תורה. מיט זיין גאלדענע הארץ האט ער אויפגענומען מיט א שמייכל יעדע איינציגסטע בחור אפגעזען וועלכע סארט בחור דאס זאל זיין. בחורים נשברי לב פלעגן טרעפן אן אפענעם אויער ביי יהושע'לע, וואוסענדיג אז ער וועט זיין דער איינציגסטער וואס וועט זיי אויסהערן מיט געדולד און ארויסהעלפן בעצה ובמעש. נאך געבן איבער די חבירים פון ישיבה, איבער דעם רבינ'ס געוואלדיגע אפגעהיטענקייט און אויסטערלישע 'שמירת עניים' וועלכע איז געווען א מוסטער און לעבעדיגע 'מוסר ספר' פאר יעדן בחור. וואקענדיג אויף די גאסן פון ירושלים איז ער אלעמאל געגאנגען מיט די אויגן אויף אראפ און פרובירט צו פארמיידן זיך צו באנוצן מיט די שטאטישע באסעס. בכלל איז יהושע'לע קיינמאל נישט ארומגעפארן מיט חבירים אויף פארשידענע פארוויילונג-ערטער זיך אויסצולופטערן, נאר איז געזעצן טאג און נאכט אין ביהמ"ד ביי די גמרא. זיין גאנצע מהות און געטליכע געשטאלט איז 'כולו אומר כבוד' בנוסח רוזי'ן מיט א געוואלדיגע ערענסקייט און ישוב הדעת. אן אויסטערלישע חיבה יתירה האט דער רבי שליט"א גענאסן ביי אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים גדולות ונצורות זאגענדיג: "מיין שיעלע איז געבוירן א רבי". ווען דער רבי זצ"ל האט אמאל באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט זיך דער רבי זצ"ל אויסגעדרוקט: "כלום אב מעיד על בנו. איך טאר נישט רעדן אויף אן אייגן קינד. אבער אזויפיל קען איך זאגן אויף מיין שיעלע, אז ער איז א דיימאנט וואס גלאנצט שענער ווי מיר!"... אין לויף פון די יארן האט דער רבי זצ"ל עטליכע מאל קלארגעשטעלט פאר די מקורבים און נאנטע משפחה אז 'שיעלע איז מיין ממשיך', און האט דאס אויך פארשריבן לדורות אין די איינציגסטע צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט געשריבן בחייו, פארלאפענעם ווינטער תש"פ וויילענדיג בארה"ק, וואו ער טוט דייטליך קלארשטעלן אז בלויז זיין זון הרה"צ ר' יהושע שליט"א איז דער איינציגסטער יורש באדמורו"ת בית סאדיגורא.