1/4
  • RDN online

כי לו המלוכה

היסטארישע פסק הלכה איבער אויסשליסליכע בעלות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אויף אלע 'בניני מוסדות סאדיגורא' איבער די גארער וועלט.


היינט ווערט פארעפענטליך א פרישע בריוו פון גדולי הרבנים שליט"א, וועלכע טוהן אויסשמועסן אלעס ארום די היסטארישע צוואה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל. אינעם בריוו וועלכע איז אונטערגעשריבן דורך הגאון רבי מנדל שאפראן, הגאון רבי נפתלי נוסבוים, הגאון רבי מאיר הייזלער שליט"א, טוהן די רבנים קלארשטעלן אז עפ"י דין תורה איז נישט פארהאן קיין שום כח פאר קיין שום בי"ד משנה צו זיין פון דאס וואס שטייט אין די צוואה, וועלכע איז געשריבן געווארן כהלכה פארנט פון צוויי עדים און מיט א קנין. זיי שרייבן, אז זייער פריעדיגע 'פסק הלכה' בנוגע די אדמורו"ת אין סאדיגורא, איז בלויז געווען בנוגע די 'טיטלען' - אז די אנדערע צוויי ברודער קענען זיך רופן מיט דעם טיטל 'אדמו"ר' מיט די הסכמה פון אלע קינדער - אבער ווי פארשטענדליך, איז נישט שייך אז א געשריבענע בריוו - נישט קיין חילוק פון ווער עס זאל נישט זיין – זאל פארמאגן א כח אויסצוטיילן בניני המוסדות און נכסים וואס געהערן פאר'ן ציבור אדער מחליט זיין ווער עס זאל זיין רבי. בלויז דער רבי זצ"ל און די ציבור חסידים פארמאגן די כח איבערצוגעבן נכסי הציבור און מחליט זיין וועמען אויפצונעמען פאר רבי.


דערביי טוהן די רבנים איבערחזר'ן די קלארע ווערטער וואס דער רבי זצ"ל האט געשריבן אין די צוואה, אז 'ממשיך האדמורו"ת' אלס 'אדמו"ר מסאדיגורא' איז הרה"צ ר' יצחק יהושע העשיל שליט"א וועלכע האט אויך באקומען די כח ההנהגה - מכח אביו ומכח הציבור - אויף אלע בניני המוסדות און בתי מדרשים וואס טראגן דעם נאמען 'סאדיגורא' אדער 'רוזי'ן-סאדיגורא', סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ. אזוי אויך שרייבן די רבנים, איז נישט פארהאן א מעגליכקייט בהלכה, אז רבנים זאלן באשטימען פאר די חסידים, ווער ס'זאל זיין זייער רבי - נאר די חסידים פון יעדן שטאט, האבן די פרייהייט צו באשליסן ווער עס זאל זיין זייער מנהיג העדה. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ווי שוין ברייט באריכטעט, איז ערשינען די 'פסק הלכה' פון פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א, וועלכע שרייבט קלאר, אז עס איז נישט פארהאן קיין כח פאר קיינעם צו טוישן די צוואה אדער דאס אפהאלטן פון ווערן אויסגעפירט, ווייל מצוה לקיים דברי המת.


דאס קומט נאכדעם וואס אזוי ווי ברייט באריכטעט האבן די אויבנ-דערמאנטע גדולי מורי הוראה ארויסגעגעבן א 'פסק הלכה' ביום כח' אב, אז אלע קינדער האבן איבערגעגעבן די כח פאר זייער מאמע די רעבעצין תליט"א מיט א פאראייניגטע הסכמה, אז זי זאל איינצוטיילן די טיטלען פון 'אדמורו"ת'. ווי באקאנט, האט זי דערביי האט צוגעטיילט פאר הרה"צ ר' מרדכי שלום יוסף שליט"א דעם טיטל 'אדמו"ר מסאדיגורא-ירושלים' און פאר הרה"צ ר' אהרן דוב בער דעם טיטל 'אדמו"ר מסאדיגורא-לונדון'. די דאזיגע שריט האט אויסגערופן גרויס וואונדער ביי יעדן רעכט-דענקיגע מענטש, זעהנדיג באשיינפערליך וואו מען צוטרעט א קלארע צוואה וועלכע איז געשריבן געווארן כדת של תורה מיט יעדן סארט קנין המועיל, וואס דארטן שטייט אז 'אדמו"ר מסאדיגורא' איז פארהאן בלויז 'איינס'. צוליב דעם, האבן די רבנים געשפירט פאר וויכטיג קלארצושטעלן אז די כח וואס די קינדער האבן איבערגעגעבן פאר די רעבעצין, איז בלויז געווען אויף דעם טיטל 'אדמו"ר' – אז די אנדערע קינדער קענען זיך פאררופן אלס 'אדמורי"ם' - אבער דאס איז נישט נוגע פאקטיש און למעשה צו פארטיילן נכסי ציבור אדער אונטער וועמענ'ס הנהגה די חסידים פון סיי וועלכע שטעט זאלן זיין אונטערגעווארפן.


עס איז נאכנישט קלאר, אויב די רעבעצין האט געהאט די רעכטן עפ"י תורה, איבערצוגעבן דעם נאמען 'סאדיגורא' פאר אנדערע אפילו מיט א 'צו-נאמען' און וועט צווינגען די ברודער זיך צו רופן אויף אנדערע נעמען ווי 'פשעמישל' אדער 'אפטא'. דאס איז אבער זיכער, אז די אנדערע ברודער האבן נישט די רעכטן עפ"י תורה זיך צו באנוצן מיט דעם נאמען 'סאדיגורא' אליינס, אן צולייגן א 'צו-נאמען' ווי 'ירושלים' אדער 'לונדון'. דאס באדייט אז זיי וועלן זיך נישט קענען פאררופן אלס 'סאדיגורא פון ירושלים', נאר די חסידות דארף גערופן ווערן 'סאדיגורא-ירושלים' אזוי ווי די פסק הלכה בחצר 'באבוב-45'.


פאלגענד איז די פולע בריוו: בכ"ח מנחם אב הוצאנו מכתב לבני כבו"ק מרן האדמו"ר מסאדיגורה זצוק"ל וב"ב ויו"ח", מאחר ושמענו דבת רבים לייחס למכתב אחרת ממה שכתוב בו וממה שדובר בע"פ אי לזאת הננו מוצאים חובה להעמיד דברים על מכונם:


א. במכתב הנ"ל כתוב מפורש על "נושא התוארים בו יתעטרו בני כבו"ק האדמו"ר זצוק"ל" ובהמשך המכתב "אחרי שהבנים שליט"א סמכו ידיהם על החלטה לגבי התוארים". ההדגשה פעמיים שיהיה מובן במה מדובר. וזאת שכל הבנים יוכלו להתעטר בתוארי אדמו"רות כמתאים למשפחה הרוממה והמכובדת.


ב. הדברים לא רק הוגבלו במכתב בצורה מכובדת אלא הובהרו היטב בעל פה לפני הניסוח, אחרי הניסוח, לפני החתימה ובשעת החתימה לשליחי המשפחה.


ג. ולא רק הובהר אל הוסבר באר היטיב שלא שייך הלכתית שמכתב מכל מי שיהיה, יהיה בכוחו לחלק מוסדות ונכסי ציבור, ואך ורק הציבור ומי שיעמידו בראשם בכוחם להחליט על מוסדותיו ונכסיו. כמו כן לא שייך הלכתית ומעשית לקבוע לציבור מי ינהיג אותו. הציבור מחליט מי ינהיג אותו.


ד. צוואת כבו"ק האדמו"ר זי"ע האהוב עליהם "לכל אנ"ש וקהלא קדישא חסידי רוז'ין- סאדיגורה די בכל אתר ואתר" מפורש בפרטי פרטים בארבעה סעיפים מתוך תשע בנוגע ל: א) הנהגה, ב) עמידה בראש המוסדות. ל'ממשיך האדמו"רות "אדמו"ר מסאדיגורה" ועמידה בראש אנ"ש חסידי רוז'ין סאדיגורה והנהגתם' מינה את בנו הרב יצחק יהושע העשיל שליט"א. ובסעיף נוסף ש"בתוקף ההנהגה יעמוד גם בראש כל המוסדות שבכל אתר ואתר שנושאים את השם סאדיגורה או רוז'ין סאדיגורה, הן בארץ והן בחו"ל".


ה. הננו פונים לכל אלה המנסים ומחפשים לחרחר ריב חדלו לכם ותנו לקהל הקדוש ולמשפחה רוממה מדורות בכלל ובפרט להמשיך להתפתח להרבות כבוד שמים לתפארת כבוד בית רוז'ין סאדיגורה.


הגאון רבי מאיר הייזלר שליט"א שרייבט: "כל האמור לעיל הובהר בפירוש עובר לחתימה, ואינו נוגע בענינים המעשיים המבוארים בצוואתו המפורשת והמותאמת של כ"ק אדמו"ר זצ"ל, ולא הייתה כוונתנו חלילה לשנות מתוכן הצוואה".