1/4
  • RDN online

'וישובו אליו': דער רבי רופט צוריק די בחורים

א וויכטיגע 'כינוס חירום ראשי הישיבות' איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם מיטוואך אין די וויזניצ'ע סעמינאר אין ירושלים, אין שפיץ פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א. ביים אסיפה האבן זיך באטייליגט די מנהלי הישיבות פון עטליכע ישיבות הקדושות אין ירושלים עיה"ק, אין ליכט פון די שווערע פראבלעמען ברוחניות וועלכע זענען געשאפן געווארן אין לויף פון די עפעדעמיע ווען די היכלי התורה והישיבות זענען געווען פארשלאסן. צווישן זיי: ראשי ישיבות און משגיחים פון חצרות גור, בעלזא, ויז'ניץ, צאנז, קרלין, באיאן, סלונים, באבוב, רחמסטריווקא, טשעבין, הגר"מ ארנסטר ר"י ויז'ניץ און הגר"מ ברזובסקי ר"י סלונים און נאך. די הויפט טעמע איז געווען די ווייטאגליכע מציאות אז הונדערטע בחורים זענען נישט צוריקגעקומען אין די ישיבות און זענען געבליבן אן קיין געהעריגע מסגרת הישיבה. אזוי אויך איבער צענדליגע בחורים וועלכע זענען ליידער פארכאפט געווארן אין די קורצע תקופה מיט די טעכנולאגישע כלים און ווילן נישט צוריקגיין אין ישיבה. האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט אויפגעפאדערט אז די ישיבות מוזן אויפנעמען א פרישע שטאב מיט מחנכים וועלכע זאלן זיך מער אפגעבן מיט די בחורים און צוריקשטעלן די שוידערליכע חורבנות וועלכע זענען ליידער געשאפן געווארן. דערביי האט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א פארשפראכן אז ער נעמט אויף זיך די לאסט פון שאפן דאס געלט וויפיל עס קאסט אויסצוצאלן דעם פראיעקט. ביים מעמד האט אויך אויפגעטראטן הגאון ר' יהושע פינק שליט"א דומ"ץ בעלזא-ב"ב. ביים אסיפה האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויפגעפאדערט דעם משב"ק הרה"ג ר' שאול גרינבערגער שליט"א אפצושרייבן א ספעציעלע בריוו פאר תלמידי ישיבות ויזניץ וועלכע וואוינען אין חוץ לארץ און האבן זיך נישט געקענט צוריקקערן קיין ארה"ק צוליב די אומשטענדן. אינעם מכתב קודש טוט דער רבי שליט"א בעטן די בחורים צוריקקומען קיין ארה"ק אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים חודש אלול הבעלל"ט: "רצונו של מרן אדמו"ר שליט"א כי הבחורים יעשו את דרכם ויגיעו בצוותא חדא לשערי ארץ הקודש". אין אנדערע נייעס ווערט געמאלדן אז היינטיגן מאנטאג זענען ערהאלטן געווארן די נויטיגע פערמיטן פאר הונדערטע בחורי ישיבת בעלזא וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע חדשים אין ניו יורק און זיי וועלן זיך אין די קומענדיגע טעג קענען צוריקקערן אין די ישיבות הקדושות ברחבי ארה"ק און זוכה זיין ליהנות מזיו אורו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.