1/4
  • RDN online

הרה"צ מבעלזא שליט"א קומט קיין ניו יורק

עס איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אויף א באזוך קיין ניו יורק און פראווענען 'יום א' סליחות' בקרב חסידי בעלזא אין ניו יורק. דאס קומט נאכדעם וואס צוליב די יעצטיגע אומשטענדן זענען די גרעניצן קיין ארץ ישראל פארשלאסן און עס וועט נישט זיין קיין מעגליכקייט פאר חסידי בעלזא בארה"ב, צו וויילן אויף חודש תשרי במחיצת הקודש פון כ"ק דער רב שליט"א בעיה"ק ירושלים.


הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א וועט לויטן פלאן אנקומען קיין ניו יורק דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת נצבים וילך און באזוכן די מוסדות און בתי מדרשים דחסידי בעלזא ברחבי ניו יורק און ניו דזרוסי. שב"ק נצבים וילך איז געפלאנט א גרויסארטיגע 'שבת התאחדות' פון כלל חסידי בעלזא בארה"ב, אין די נייע בעלזא יושוב אין לעיקוואוד.