1/4
  • RDN online

שלש ליום אחד

אין א זעלטענע ערשיינונג האט הרה"ח ר' יהושע חיים קאסטען שליט"א לאנג-יעריגע משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איבערגעגעבן א מעסעדזש אויף 'קול ראחמיסטריווקא', ווי ער טוט מעלדן פאר'ן ציבור אז אנגעהויבן פון די וואך וועט מען זיך מוזן איינשרייבן פון פאראויס אויב וויל מען האבן די זכיה אז דער רבי שליט"א זאל לייגן תפילין פאר די בר מצוה בחור. דאס קומט נאכדעם וואס עס איז בלעה"ר פארמערט געווארן די צאל חסידים וואס לעכצן צו קומען לייגן תפילין ביים רבי'ן שליט"א. דאס האט צוגעברענגט אז אז דער רבי שליט"א איז אויפגעהאלטן געווארן לאנגע מינוטן ביז צום דאווענען און האט שטארק אפעקטירט דעם רבינ'ס סדר היום. דעריבער האט מען איינגעשטעלט א נייע סדר אז יעדן טאג בעפאר שחרית וועלן בלויז דריי בחורים קענען לייגן תפילין ביים רבי'ן און כדי עס זאל נישט צוברענגען עגמת נפש, בעט מען אז מען זאל זיך איינשרייבן מיט צוויי וואכן פריער כדי מ'זאל קענען מסדר זיין על צד היותר טוב.