1/4
  • RDN online

באבוב אין לינדען

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט דעם מאנטאג אפגעשטאט א געהויבענע באזוך אין די נייע חרדישע געגענט אין לינדען, ניו דזורסי. עס איז שוין קרוב צו א יאהר-צייט וואס צענדליגע באבוב'ע משפחות ציען זיך אריבער צו די נייע היימישע יושוב און בלויז מיט עטליכע וואכן צוריק, האט מען נארוואס פארענדיגט דעם נייעם פראכטפולן באבוב'ע שטיבל אין לינדען נדבת הרב אברהם אהרן לעזער שליט"א און שפעטער ביים יארצייט פון בעל דברי שלמה זצ"ל, האט דער רב שליט"א א נאמען געגעבן פאר'ן נייעם ביהמ"ד אין לינדען: 'בית המדרש דברי שלמה דחסידי באבוב'. יעצט האבן חסידי באבוב זוכה געווען צו אן 'ערשט-מאליגע' באזוך פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלכע האט באנייט דעם נייעם שטיבל און אפגעראכטן אויפן פלאץ א מסיבת לחיים און מעמד חנוכת הבית. יענעם צופרי האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט קיין ניו דזורסי פוקד זיין דעם קבר פון די מאמע הרבנית הצדיקת פרידא ע"ה לכבוד די יארצייט, און אויפן וועג צוריק למעונו אין בארא פארק האט זיך דער רב שליט"א אפגעשטעלט אין לינדען. באלד ביים אנקומען אין שטאט האט דער רב שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביים מייסד הקריה כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א וואו עס איז פארצויגן געווארן א לענגערע שמועס דברי תורה וחסידות און האבן ארומגערעדט איבער די שנעלע בליה און וואוקס פון די נייע חרדישע יושוב.