1/4
  • RDN online

פסק הלכה: בניני מוסודת סאדיגורא איבער די גארער וועלט

היינט ווערט פארעפענטליך א פרישע בריוו פון גדולי הרבנים שליט"א, ווי זיי טוהן אויסשמועסן אלעס ארום די היסטארישע צוואה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל. אינעם בריוו וועלכע איז אונטערגעשריבן דורך הגאון רבי מנדל שאפראן, הגאון רבי נפתלי נוסבוים, הגאון רבי מאיר הייזלער שליט"א, טוהן די רבנים קלארשטעלן, אז עפ"י תורה איז נישט פארהאן קיין שום כח פאר קיין שום בי"ד משנה צו זיין פון דאס וואס שטייט אין די צוואה וואס איז געשריבן געווארן כהלכה פארנט פון צוויי עדים און א קנין, און זייער פסק הלכה בנוגע די אדמורו"ת אין סאדיגורא, איז בלויז געווען בנוגע די 'טיטלען', אז די אנדערע צוויי ברודער קענען זיך רופן מיט דעם טיטל 'אדמו"ר' מיט די הסכמה פון אלע קינדער. אבער ווי פארשטענדליך, איז נישט פארהאן קיין שום כח פאר קיינעם, אויסצוטיילן בניני המוסדות און נכסים וואס געהערן פאר'ן ציבור, און בלויז דער רבי זצ"ל און די ציבור, פארמאגן די כח איבערצוגעבן נכסי הציבור.

דערביי טוהן די רבנים איבערחזר'ן די קלארע ווערטער וואס דער רבי זצ"ל האט געשריבן אין די צוואה, אז 'ממשיך האדמורו"ת' אלס 'אדמו"ר מסאדיגורא' איז הרה"צ ר' יצחק יהושע העשיל שליט"א וועלכע האט אויך באקומען די כח ההנהגה, מכח אביו ומכח הציבור, אויף אלע בניני המוסדות און בתי מדרשים וואס טראגן דעם נאמען 'סאדיגורא' אדער 'רוזי'ן-סאדיגורא', סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ. אזוי אויך שרייבן די רבנים, איז נישט פארהאן א מעגליכקייט בהלכה, אז רבנים זאלן באשטימען פאר די חסידים, ווער ס'זאל זיין זייער רבי - נאר די חסידים פון יעדן שטאט, האבן די פרייהייט צו באשליסן ווער עס זאל זיין זייער מנהיג העדה.

אין די זעלבע צייט ווערט אויך פארעפענטליך די 'פסק הלכה' פון פוסק הדור כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א, וועלכע שרייבט קלאר, אז עס איז נישט פארהאן קיין כח פאר קיינעם צו טוישן די צוואה אדער דאס אפהאלטן פון ווערן אויסגעפירט, ווייל מצוה לקיים דברי המת. דאס קומט נאכדעם וואס אזוי ווי ברייט באריכטעט האבן די אויבערדערמאנטע גדולי מורי הוראה ארויסגעגעבן א 'פסק הלכה' אז בהסכמת אלע קינדער האבן זיי איבערגעגעבן די כח פאר מאמע די רעבעצין תליט"א איינצוטיילן די טיטלען פון 'אדמורו"ת' און דערביי האט זי צוגעטיילט פאר הרה"צ ר' מרדכי שלום יוסף שליט"א, די טיטל 'אדמו"ר מסאדיגורא-ירושלים' און הרה,צ ר' אהרן דוב בער אדמו"ר מסאדיגורא-לונדון. און דערפאר האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג קלארצושטעלן אז איהר כח איז בלויז געווען אויף די טיטלען אבער נישט פאקטיש.