1/4
  • RDN online

חסידים וועלן נישט פארן צום רבי'ן‎

צום ערשטן מאל וועלן היי יאר די פילצאליגע חסידי נאדווארנע פון איבער גאנץ ארץ ישראל נישט קומען צופארן אויף ראש השנה צו זיין בצל רבם ומאורם שליט"א, נאר אנשטאט וועלן די נדבורנה שטיבלעך ברחבי ארץ ישראל זיין אפן און די חסידים וועלן דארטן דאווענען. דאס קומט נאך א שיחה וואס דער רבי האט געהאלטן דעם זונטאג א' סליחות ווי דער רבי שליט"א האט ארויס געזאגט זיין בקשה פאר די חסידים, מען זאל נישט קומען קיין בני ברק.

"איך בעט, אז דאס יאר - און טאקע נאר דאס יאר מיטן אייבערשטנ הילף - זאל מען מאכן מנינים אין אלע צענטערן פון די חסידות. איך פארשטיי אז פאר אסאך וועט דאס גורם זיין א גרויסן צער דארף מען עס אבער מקבל זיין באהבה ווייל דאס איז דער רצון ה', ווער עס וועט דאווענען אין איינע פון מיינע בתי מדרשים אין לאנד זאל פילן כאילו ער דאוונט דא מיט מיר אזוי ווי אלע יארן, טון עס וועטו ווערן אזוי גערעכנט" האט דעכר רבי שליט"א געזאגט.

אזוי אויך זענען ארויסגעשטעלט געווארן מודעות פון הרב אשר פריזענט שליט"א משב"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א און פון הרב אברהם סלאנים שליט"א משב"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אז די חסידים זאלן נישט קומען צו פארן אויף ראש השנה צום רבי'ן און דער וואס דאווענט אין די שטיבל פון זיין שטאט וועט גערעכענט ווערן אזוי ווי ער דאווענט ביים רבי'ן.