1/4
  • RDN online

געהויבענע שבת אין לעיקוואודבראשות כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-ירושלים שליט"א

גאר א דערהויבענע שבת איז פאראיבער אויף תושבי לעיקוואוד, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב"ק במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א פון ירושלים-לעיקוואוד, וועלכע האט געפראוועט א שבת צום ערשטן מאל אין לעיקוואוד. דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין די נייע 'אוק-ען-וויין' געגענט אויף די פרעזענליכע פארלאנגען פון די ארטיגע וויזניצ'ע חסידים, וועלכע האבן זיך גאר שטארק איינגעבעטן ביים רבי'ן אז ער זאל קומען אויף שבת און אריינשיינען מאורו הבהיר אויף די ארטיגע וויזניצ'ע חסידים. די תפלותועריכת השולחנות זענען אפגעראכטן געווארן אויף א גרויסע פארנעם אין די זאל 'תשב"ר' מיט די באטיילעגונג פון הונדערטע יודן פון אלע געגענטער איבער די שטאט לעיקוואוד. פרייטאג נאכמיטאג באלד ביים אנקומען, האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן-לעיקוואוד שליט"א און ביי הרב שלמה משה קירשנער שליט"א אב"ד פודהייץ, וואו עס איז אויך פארגעקומען א 'מעמד קביעת מזוזה' אויף א נייע צוגעבויעטע פליגל און דער רבי שליט"א האט אויך באקוקט די פריוואטע מקוה פון פודהייצ'ע רב שליט"א מיט וואס דער רבי שליט"א האט זיך באנוצט דורכאויס שב"ק. פרייטאג צונאכט'ס ביים עריכת השלחן האבן זיך באטייליגט די רבני העיר ובראשם: הרב פנחס ווינד דומ"ץ בעלזא, הרב יודל הערשקאוויטש שליט"א אב"ד קרית צאנז, הרב שלמה משה קירשנער שליט"א אב"ד פודהייץ, הרב נפתלי חיים שיק שליט"א רב ביהמ"ד בלאזוב, הרב יואל בער לאבין שליט"א רב ביהמ"ד דרובהיטש, הרב ישראל ניימאן שליט"א רב ביהמ"ד שערי תפלה און נאך. שבת פארטאג'ס האט זיך דער רבי שליט"א געטובל'ט אין די פריוואטע מקוה פון פודהייצ'ע רב שליט"א און די מיטאג סעודה איז פארגעקומען אין שטוב פון די אכסניא בבית ר' אהרן יעקב וויזל הי"ו. נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א געלערנט עטליכע שעות אין ביהמ"ד תפלה לדוד פודהייץ. מוצ"ש איז פארגעקומען א מסיבת 'מלוה מלכה' אין שטוב פון הנגיד ר' שמואל בענדער הי"ו ווי עס האבן זיך באטייליגט הגה"צ אבד"ק נאדפאלע שליט"א, הרב יודל לאווי שליט"א דומ"ץ ראחמיסטריווקא, הרב פינק שליט"א רב דקהל בית נחום און נאך. זונטאג צופרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום ביהמ"ד תפלה לדוד פודהייץ, וואו עס איז פארגעקומען א יארצייט סעודה דורך הרב שלמה משה קירשנער שליט"א אב"ד פודהייץ, לרגל הילולת זקינו הרה"ח ר' דוד אייזיק קירשנער ז"ל און די צענדליגע מתפללי ביהמ"ד זענען אריבער שלום-נעמען ביים רבי'ן שליט"א. שפעטער נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א באזוכט די ליידיגע שטח ווי עס ווערט געפלאנט געבויעט צו ווערן בקרוב 'קרית וויזשניץ-לעיקוואוד'.