1/4
  • RDN online

האדמו"ר מסאדיגורא באזוכט אין אנטווערפן

פארלאפענעם מאנטאג פארטאג'ס, האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין אנטווערפן, ווי דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן מיט די בני המשפחה ביז די קומענדיגע דינסטאג נצבים-וילך הבעלל"ט און זיך דעמאלט ענדגילטיג אריבערציען קיין ארה"ק. אויפן וועג קיין אנטווערפן, האט זיך דער רבי שליט"א אפגעשטעלט אין שטאט 'פראנקפורט' און געדאווענט תפלת שחרית אין די ארטיגע חב"ד שול. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א 'מסיבת לחיים' לרגל די יארצייט פון זיידן האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זי"ע, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן בדברי הדרכה פאר די ארטיגע בחורי הישיבה. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין אנטווערפן אין באגלייטונג פון צוויי גבאים. דורכאויס די באזוך אין אנטווערפן, וועט דער רבי שליט"א דאווענען די תפלות אין די 'טשארטקוב'ע קלויז' (וואו דער רבי שליט,א זאגט תורה שלש סעודות יעדע שבת מברכים) און עס וועט זיין באשטימטע זמנים אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראם. ווי געמאלדן וועט זיך דער רבי שליט"א צוריקקערן קיין ארה"ק דעם קומענדיגן דינסטאג. אויף מיטוואך וועט פארקומען די גרויסארטיגע 'סעודת השלושים' להסתלקותו פון אביו זצ"ל. דארנעשטאג וועט פארקומען די 'שמחת הבר מצוה' פון בן אחיו האדמו"ר מירושלים. און מוצאי שבת וועט דער רבי שליט"א אריינקומען אין ביהמ"ד הגדול אין בני ברק אויף 'א' סליחות' און דערנאך אויפטרעטן בדברות קודש כנהוג. בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיווה והיא הדרה.