1/4
  • RDN online

זה הקטן גדול יהיה - יונגע אדמורי"ם בשלשלת בית רוזין

שטייענדיג נאך די מעמד הכתרה פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכע איז בלויז פיהר-און-צוואנציג יאר, צוויי יאר נאך די חתונה, איז אינטערסאנט צו באטאנען איבער די גלאררייכע היסטאריע לבית רוזי'ן, ווען דורכאויס אלע יארן בשלשלת אדמור"י רוזי'ן, האבן די חסידים אויפגענומען די רבי'ס אין א יונגן עלטער:


הרה"ק הסבא קדישא מרוזין זי"ע איז געווארן רבי ביי די זעכצן יאר, הרה"ק ר' דוד משה מטשורטקוב זי"ע ביי די פיהר-און-צוואנציג יאר, הרה"ק מהוסיאטין זי"ע ביי די זיבעצן יאר, הרה"ק האדמו"ר הזקן מסאדיגורא זי"ע ביי די איין-און-דרייסיג יאר, הרה"ק בעל אור ישראל זי"ע ביי די איין-און-דרייסיג יאר, הרה"ק בעל קדושת אהרן זי"ע ביי די דרייסיג יאר, הרה"ק בעל אביר יעקב זי"ע ביי די איין-און-צוואנציג יאר, הרה"ק ר' שלומניו זי"ע ביי די ניינצן יאר, הרה"ק ר' יצחק מרימינוב זי"ע ביי די צוואנציג יאר, הרה"ק בעל כנסת מרדכי מסאדיגורא זי"ע ביי די זעכצן יאר, הרה"ק ר' אברהם מתתיהו משטעפינעשט זי"ע ביי די איין-און-צוואנציג יאר, הרה"ק מבוהוש זי"ע ביי די זיבעצן יאר, הרה"ק ר' מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע ביי די זעקס-און-צוואנציג יאר, כ"ק מרן אדמו"ר מבאיאן שליט"א ביי די צוואנציג יאר. אויך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א איז אויפגענומען געווארן אלס רבי ביי די פיהר-און-צוואנציג יאר, להמשיך דרכם בקודש.