1/4
  • RDN online

יחדיו ירננו

אין א היסטארישע שריט איז פראקלאמירט געווארן דורך פינף-און-צוואנציג קהלות קדושות בישראל אין ניו יורק איבער די פרישע 'חתונה סטאנדארט תשפ"א' וועלכע פארשפרעכט צו נידערן די אומגעהויערע קאסטבארע חתונה-הוצאות. צווישן די קהלות וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די עפאכע ציילן זיך: קהלות סאטמאר-מהר"א, סאטמאר-מהרז"ל, סקווירא, בעלזא, גור, וויזניץ, וויזשניץ, צאנז-קלויזענבורג, צאנז, באיאן, סקאליע, קאסוב, צעהלים, תולדות יהודה און נאך. די קאנפערענץ האט זיך אנגעהויבן מיט א מאכטפולע דרשה פון בארימטן פה מפיק מרגליות ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכע האט אריינגעפירט די עולם אין א פאזאטיווער אבער למעשה'ידגע אטמעספער. צווישן אנדערע האט ער אראפגעשטעלט די טאן פון 'יחדיו', זאגענדיג: "מען איז נישט געקומען 'מאכן' תקנות, מען איז געקומען 'אוועקנעמען' תקנות". "שוין יארן וואס זינלאזע תקנות זענען איינגעגעסן געווארן ביים ציבור". ביי די קאנפארענס איז ארויסגעברענגט געווארן אז פון די העכסטע רחניות'דיגע אויטאריטעיטן אינערהאלב די אנגעשלאסענע קהילות פארפיגן איבער דעם גאנצן פראיעקט, א שטייגער ווי קינדער פון פראמינענטע אדמורי"ם שליט"א, און חשובע דיינים שליט"א אין די קהילות. דערנאך האט איבערגענומען דער מגיד המפורסים הג"ר בערל טויבער שליט"א ר"מ בישיבת אור תורה וועלכע האט עלעקטערזירט דעם ציבור מיט שכל'דיגע רעיונות און פראקטישע חשבונות געפלאכטן מיטן ריכטיגן תורה'דיגע בליק. א שיינע צייט האבן די טויזענטער באטייליגטע זיך צוגעהערט צו די ווערטער היוצאים מן הלב. צום שלוס און הויכפונקט האט איבערגענומען איינע פון די חשובע עסקנים שליט"א וועלכע האט פראקלאמירט די 10 מאכטפולע גראנדיעזע רעזולוציעס וואס וועט איבערנעמען די ביז יעצטיגע חתונה סטאנדארט. ביי יעדן פון די פונקטן איז ארויסגעברענגט געווארן אז עס וועט זיין צוגעשטעלט מורא'דיגע הילף על כל צעד ושעל אז ס'זאל ווערן אימפעלמענטעד אויף א למעשה'דיגע לעוועל. אט זענען די צען רעזולוציעס: 1. שידוך שליסן וועט זיין אין הויז פונעם מחותן, דוקא אין טאג פון די שידוך שליסן, אן קיין נאכקומענדיגע מסיבות. חבר'טעס פון כלה קענען נאר מיטהאלטן דורך ארויפקומען שבת צונאכט'ס פאר קידוש נאך די שידוך שליסונג, ווי ס'איז אמאל געווען. פאר די וואס מחמת חוסר מקום איז נישט שייך ס'זאל זיין אינדערהיים, וועט זיין 'תנאים שטיבלעך' אין אלע אידישע געגענטן איבער ניו יארק. 2. פערנויטשער וועט קאסטן פאר א זייט 4,000 מאקסימום. דאס איז שוין אויסגעארבעט געווארן אין צוזאמענארבעט פון אלע חתונה דעפארטמענט סטאר'ס. 3. א שטריימל וועט קאסטן צווישן 1800 און 2500. די שטריימל סוחרים האבן שוין געמאלדן אז יעדע קהילה וואס וועט זיך צו דעם צושטעלן אלע חברי הקהילה וועלן באקומען די פרייזן. 4. שבת באווארפן וועט געפראוועט ווערן נאר אינדערהיים, און נאר שבת ביינאכט, מיטן בלויזן באטייליגונג פון מחותנים, זיידע באבע, און קינדער פון די מחותנים. ווער ס'קען נישט אינדערהיים וועט צוגעשטעלט ווערן פאר דעם די 'תנאים שטיבלעך'. 5. שבע ברכות'ן בימי החול וועט זיין אין א אויסשטעל פון א נאכטמאל, למשל איין נאכט א נאכטמאל ביי דעם זיידע און איין טאג ביי א אנדערן זיידע, מיטן בלויזן באטייליגונג פון חתן כלה און מחותנים. 6. אויסשטאפיר פאר די כלה פון א' ביז ת' וועט זיין אין אלע שטעט אויפגעשטעלט 'קיאסקן' וואס וועלן עס געבן פאר גאר גאר ביליג. 7. ליל החתונה: קבלת פנים שפעטסטענס 6 אזייגער. חופה 6:30. נטילת ידים 7:15. ביי די סעודה קענען זיך באטיילונגען נאר די געשוויסטער פון די מחותנים, דאס הייסט פעטערס און מומע'ס פון חתן כלה, נישט ערשטע קוזינעס א. א. וו. וואס פאר זיי וועט ווערן צוגעשטעלט האט פוד. ערשטע טאנץ 8:45. ברכת המזון 9:30 און נאכדעם צווייטע טאנץ. מצוה טאנץ 10:45. ביי 12:30 דארף די חתונה זיי געענדיגט. 8. מוזיק קען זיין נאר א שפילער און א זינגער, נישט אנדערע כלי זמר אדער א כאר. 9. בלומען וועט זיין נאר ארטיפישל. אלע זאלן וועלן דאס צושטעלן אויף גאר א שיינער פארנעם. 10. מצוה טאנץ איז מיוחד אויסשליסלעך פאר זיידע באבע און מחותנים, רב פון די משפחה און א איש מכובד. די 10 רעזולוציעס וועלכע פארשפרעכט א מהפיכה של ממש, וועט זיך אנהייבן חודש כסלו תשפ"א הבעל"ט, און ס'איז צום יעדענ'ס האפנונג אז די פאראייניגונג פון אזויפיל קהילות אינאיינעם וועט ברענגן די ענדגילטיגע לעזונג אין אט דעם וויכטיגן הינזיכט.