1/4
  • RDN online

ישיבת עריבות התורה קווארטירט אין זיטאמיר, אוקריינא‎

ווי באקאנט איז דער זמן הקיץ תש"פ איינגעקריצט אין די דברי הימים פון די יישיבות הקדושות איבער דער וועלט און אין ארץ ישראל בפרט, מיט די אומגעהויערע שוועריגקייטן מיט וועלכע מען האט זיך געדארפט ספראווען בלויז אויף צו קענען האבן די ישיבה אפן און די בחורים זאלן האבן די פיזישע מעגליכקייט צו אנטייל נעמען אין די לימדי הישיבה. צום סוף זמן הערט מען אצינד א באריכט איבער איין ישיבה וועלכע האט באוויזן צו לעזן דעם פראבלעם אויף א שעפערישן און אייגנארטיגן אופן.

ישיבת עריבות התורה פירט זיך א גאנץ יאר בראשות הרה"ג ר' צבי יעקב מארק שליט"א, און די תלמידים זענען א געמיש פון אייראפע'אישע, אמעריקאנער און ארץ ישראל'דיגע בחורים. זינט אבער די אויטאריטעטן האבן געמאכט אזאלכע גרויסע שוועריגקייטן פאר די אויסלענדישע בחורים אריין צו קומען אין לאנד, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אנשטאט, צו ברענגען די ישיבה צו זיי. די גאנצע ישיבה, די ארץ ישראל'דיגע תלמידים, די צוות ר"מים ומשגיחים שליט"א האבן זיך אויפגעהויבן און געפארן פארן זומער קיין איייראפע. די ישיבה האט זיך אויפגעהאלטן אין די באוויסטע שטעטעלע זיטאמיר אין אוקריינע ווי עס האבן געוואוינט גדולי וצדיקי החסידות זי"ע ווי דער אור המאיר, און רבי אהרן מ'זיטאמיר.

ווי מען זעהט אויף די בילדער האט דאס וויילן אין די פארצייטישע אוקריינער שטעטעלעך ווי יעדע ווינקעלע און שטיינדעלע איז אויסגעווייקט מיט אידישע תפילות און התנהגות, אריין געברענגט די תלמידי הישיבה אין דעם פארצייטישן אטמאספער. טייל פון די בחורים האבן אפילו אנגעטאן די דאשיקלעך מיט וואס אידן אין יענע מקומות פלעגן צו גיין בימים ההם... און ההיות האדם נפעל כפי פעולותיו איז אנצונעמען אז די תורה און תפילות האבן אויך געטראגן דעם פארצייטישן כאראקטער און ברען