1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג נצבים-וילך


שמחת בית סקאליע - ציעשנוב: היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א בת לחתנו הרה"ג ר' אריה לייבוש גאלדבערגער שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ביקאווסק זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין זאל פון עטרת חינקא אין בארא פארק.

שמחת בית ראחמסטריווקא - טארטיקוב: שמחת החתונה פון החתן נין כ"ק האדמורי"ם מראחמסטריווקא און סטרעליסק שליט"א בן הרה"ג ר' מרדכי רובין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא-פאראקאוועי שליט"א חתן הרה"צ ר' בערל טווערסקי שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג חיים שלמה הורוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל חתן הרה"ג חיים יהושע באב"ד שליט"א מטארטיקוב, די שמחה קומט פאר אין זאל פון עטרת גאלדא אין בארא פארק.


שמחת שבע ברכות החתן בן הגה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א אבד"ק אלכסנדר ב"פ, בן הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א נכד הרה"ק האמרי חיים מויזניץ זי"ע, וחתן הגה"צ ר' אליעזר שמעי' לעוו שליט"א מטעמעשוואר, מיט הכלה בת הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א, בן הנגיד החסיד ר' חיים משה פעלדמאן שליט"א, וחתן הגה"צ אבד"ק בייטש זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין זאל פון בנות חי' אין בארא פארק, צוגעשטעלט דורך די בייטש'ע קהלה.

שמחת בית פאלטיטשאן: שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' נפתלי שפיגל שליט"א מאסטראוו-קאלאשין חתן הגה"צ ר' אפרים שטיין שליט"א אבד"ק פאלטישאן, מיט הכלה בת הרה"ג ר' שמעון זאב גובנער שליט"א ראה"כ קנין תורה בני ברק – אין זאל גני הדקל אין בני ברק. דער זיידע הגה"צ גאב"ד פאלטישען שליט"א וואס האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביי די שמחה, וועט אפרעכטן א מסיבת לחיים בבית מדרשו.

די לעצטע שמחת השבע ברכות פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, א זון ביי בנו הגה"צ ר' חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, א טאכטער ביי זיין איידעם הגה"צ ר' אברהם רוקח שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מיעריסלאוו שליט"א. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קרית קרעטשניף רחובות

היינט קומט פאהר די מעמד 'פתיחת שערים' לטובת ישיבה גדולה ד'וויזניץ-וומסב"ג – אין היכל ביהמ"ד הגדול ויף לי עוועניו בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-וויליאמסבורג שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעון קדשו אין בני ברק, נאכן באזוכען אין אנטווערפן.

כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א קומט היינט אן קיין מאנסי און וועט אויפנעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים בבית מדרשו.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון קיימישע קומט היינט אן קיין בארא פארק און וועט אויפנעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים אין שטוב פון הרב דניאל גראס שליט"א.

כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בארא פארק, נאכ'ן זיך אויפהאלטן די לעצטע חודש אין אתרא קדישא מירון.


ככלות השלשים צו די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל, קומט היינט פאהר אן עצרת הספד והתעוררות דורך התאחדות חסידי רוזין-סאדיגורא בארה"ב אין סקולענ'ע זאל אין לעיקוואוד, וואו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט אויפטרעטן דורך א לייוו-הוק-אופ.


מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צום ביהמ"ד תולדות מרדכי אין לעיקוואוד, נדבת ר' יעקב משה ראזענפעלד הי"ו, אינאיינעם מיט די שבע ברכות בבית האדמו"ר מתולדות מרדכי שליט"א – אין ביהמ"ד אין לעיקוואוד.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' משה צבי אריה ביק זצ"ל גאב"ד מעזיבוזש, בנו כ"ק גאב"ד מעזיבוזש שליט"א און חתנו כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן ביה"ח אין לאנג-איילענד און פארנאכט'ס אפרעכטן די יארצייט סעודה אין זאל פון אנשי ספרד אין בארא פארק.


היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל מאור אלימלך מדעעש זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א וועט אפרעכטן די יארצייט סעודה בבית מדרשו אין ירושלים.

היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל אמונת איתן מבערגסאז זצ"ל בניו האדמורי"ם שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט סעודות בבית מדרשם.