1/4
  • RDN online

נישט בטל מאכן ווייבער שולן‎

ווען דער פאניוועזשער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעפרעגט געווארן צוליב די אנגייענדע קאראנע סיטואציע און די פילע באגרעניצונגען אז בכדי צו מאכן די פילע קלענערע מנינים פאר דעם צוועק דארף מען נוצן די עזרת נשים, און די נשים צדקניות וועלן העכסטנס דאווענען פודערהיים? האט דער ראש ישיבה געענטפערט צו זייער איבערראשונג, אז מען ברויך טאקע צוטיילן די מנינים לויט די אנווייזונגען און זיך נישט מקיל זיין אין דעם, אבער אין יעדן מנין ברויך מען זעהן עס זאל אויך זיין א ווייבער שול וויבאלד די פרויען ווערן מער נתעורר ביים דאווענען נאך מער ווי מענער העלפט דאס צו פארן גאנצן ציבור די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון