1/4
  • RDN online

אומאן

אומאן: ווי ברייט באריכטעט, האט די אוקריינישע רעגירונג געמאלדן אז זי וועט נישט אריינלאזן ברסלב'ע חסידים קיין אומאן אויף ראש השנה. דאס האט אויסגערופן גרויס ווייטאג ביי חסידי ברסלב וועלכע ווילן נישט אויפגעבן די גרויסע ענין אין בסלב צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה און זענען איינגעשפאנט צו פארן קיין אומאן פאר יעדן פרייז. אין די לעצטערע טעג האבן זיך ארויסגעלאזט הונדערטע חסידי ברסלב אויפן וועג קיין אומאן און האבן זיך אפגעשטעלט אין מערערע שטעט אין רוסלאנד, מיט די האפענונג אז עס וועט זיי געלונגען אריינצוקומען קיין אומאן.

אין א פאזעטיווע אנטוויקלונג, האט די אוקריינער רעגירונג שוין געגעבן די באשטעטיגונג אז דער יערליכער 'קיבוץ' וועט ווייטער קענען אנגיין אין אומאן דאס יאר ראש השנה, אבער עס וועט נאר געגעבן ווערן די ערלויבעניש פאר 3000 מענטשן. לויט געוויסע קוועלער קומען פאהר נאכאנאנדע פארהאנדלונגען אונטער די קוליסן מיט די העכסטע אוקריינישע אינסטאנצן, און מ'האפט אז עס וועט געלונגען זיך איינצובעטן ביי די אוקריינער רעגירונג אז זי זאל עטוואס נאכלאזן, און אריינלאזן אלע ברסלב'ער חסידים.

דאס קומט נאכדעם וואס אין א היסטארישע שריט איז געשיקט געווארן א ספעציעלע ווענדונג פון א גרופע אמעריקאנע קאנגרעסלייט צו די אוקריינישע רעגירונג, ווי זיי פאדערן זיך צו רעכענען מיט די ברסלב'ע חסידים און זיי אריינלאזן קיין אומאן. די קאנגרעסלייט ברענגען ארויס אין זייער בריוו, אז דאס פארן אויף ראש השנה קיין אומאן איז שטארק פארהייליגט ביי חסידי ברסלב שוין איבער צוויי הונדערט יאר און דער מנהג טאר נישט צושטערט ווערן אויף קיין שום פארנעם. דערביי בעטן זיי אז מען זאל כאטש אריינלאזן א קלענערע גרופע חסידים כדי דער מנהג זאל ווייטער קענען אנהאלטן.

אזוי ווי געמאלדן איז אויך פארגעקומען א 'כינוס רבני ברסלב' ווי עס האבן זיך צוזאמגענומען רבני ומשפיע ברסלב אויף אן 'עצרת תפלה והתעוררות' אין שטוב פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א און מתפלל געווען לביטול רוע הגזירה אז מ'זאל קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה. אין אנדערע נייעס איז ארויסגעשטעלט געווארן א הארציגע בריוו פון חשובע ברסלב'ע משפיעים, וואו זיי בעטן דעם ציבור צו קאפערירן מיט די באאמטע און פארן קיין אומאן בלויז דורך לעגאלע וועגן און זיך נישט אריינשמאגלען אומלעגאל. אזוי אויך זאל מען אויספאלגען אלע מאסנאמען וואס ווערן פארלאנגט דורך די ארטיגע אינסטאנצן.