1/4
  • RDN online

הרחבת הגבולים אין פאפא‎

מיט פרייד האבן חסידי פאפא אויפגענומען די מעלדונג איבער הרחבת גבולי הקודש, ווען אין בעפארברייטונג צו די ימים נוראים, וועט מען צובויען א צווייטע גאלעריע לענגאויס די צפון זייט פון ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וועלכע קומען מיטהאלטן די ימים נוראים בצל הקודש. מיט צוויי יאר צוריק, האט מען צום ערשטן מאל צוגעבויעט א גאלעריע פאר מענער אויף דרום זייט פון ביהמ"ד, און צוליב דעם ריבוי הציבור האט מען בלית ברירה געמוזט צובויען א צווייטע גאלעריע אויף צפון זייט. ופרצת ימה וקדמה.