1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך האזינו א'


סאטמאר - טשאקאווא - אלכסנדר: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א אב"ד סאטמאר 18 עוו. בן הגה"צ אב"ד טשאקאווע שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג פייוויל זינגער שליט"א רב ביהמ"ד אלכנסדר וומסב"ג בן הגה"צ ר' אברהם ברוך זינגער שליט"א אבד"ק ור"מ אלכסנדר חתן הרה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א.

סאדאוונא - שאמשאן: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' מרדכי דוב סעקולא אב"ד הארנסטייפל לעיקוואוד שליט"א בן הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק אמרי נועם טאראנטא זצ"ל, מיט הכלה בת הרה"ג עזריאל יהודה אילאוויטש שליט"א בן הגה"צ ר' משה חיים שליט"א משאמשאן.

היינט קומט פאהר א וויכטיגע אסיפה פאר כלל בחורי וויזניץ-ב"פ פיהר דרייסיג נאכמיטאג אין ביהמ"ד וויזניץ אויף 53 אין בארא פארק.


היינט קומט פאהר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צום ביהמ"ד ביאלא אין לונדון בראשות כ"ק אדמו"ר מביאלא-לונדון שליט"א.


עס איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך 'קהל בית חיים יהושע', אז די תפלות דורכאויס די ימים נוראים וועלן אפגעראכטן ווערן אין ביהמ"ד ווילחאוויץ אויף די אכצענטע עוועניו.

עס איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך 'קהלת סטוטשין' אז די תפלות דורכאויס די ימים נוראים וועלן פארקומען אין די זאלן פון בית אסתר אויף די פופציגסטע גאס

אגודת ישראל: אין די יעצטיגע טעג האט 'אגודת ישראל ד'ארה"ב' אויפגענומען גדולי ראשי הישיבות וועלכע זאלן דינען אלס פרישע 'חברי מועצת גדולי התורה', הלא המה: הגאון ר' שלמה מיללער שליט"א ראה"כ טאראנטא, הגאון ר' ירוחם אלשין שליט"א מר"י ד'לעיקוואוד, הגאון ר' יצחק סרוצקין שליט"א ר"י מתיבתא ד'לעיקוואוד, הגאון ר' אהרן דוד גאלבערג שלילט"א ר"י טעלז, הגאון ר' יהודה שוועי שליט"א ר"י פילאדעלפיע, הגאון הלל דעיוויד שליט"א רב בלעיקוואוד. יאריכו ימים על ממלכתם.

אגודת ישראל מאנטשעסטער: שטייענדיג נאך די הסתלקות פון הגה"צ ר' אשר יעקב וועסטהיים זצ"ל רב ביהמ"ד אגדות ישראל מאנטשעסטער ורב הכשרות איגוד הרבנים, האבן די בני הקהלה אויפגענומען הגה"צ ר' יעקב יהושע דוננער שליט"א בן הגאון האדיר ר' אהרן דוד שליט"א, אלס נייע רב פון די קהלה. יאריך ימים על ממלכתו.

כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א קומט היינט אן קיין בארא פארק, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן ביז נאך ראש השנה בקרב חסידיו.

היינט קומט פאהר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צום ביהמ"ד ביאלא אין לונדון בראשות כ"ק אדמו"ר מביאלא-לונדון שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א וועט היינט אויפנעמען דעם ציבור אין מאנסי אין ביהמ"ד בית שמואל אין שטאט.

כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א קומט היינט אן קיין לעיקוואד, אויפצונעמען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג, אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב גראס הי"ו.

ניחום אבלים: הגה"צ ר' בנימין דוד רוטנער שליט"א אבד"ק שאמקוט זיצט שבעה בהיכל בית מדרשו אין פלעטבוש  E15 AVE between ave j & K, צו די פטירה פון זיין מאמע די רעבעצין הרבנית משאמקוט ע"ה, אלמנת הגה"צ ר' יחזקאל רוטנער זצ"ל אבד"ק שאמקוט, וועלכער איז נפטר געווארן דעם זונטאג נאכט, אין טיפן עלטער פון 94 יאר. אויך זיצן שבעה די טעכטער אשת הגה"צ ר' אשר לאנדא שליט"א מדראהביטש, אשת הגה"צ ר' אלי' גריסגאטט שליט"א, אשת הגה"צ ר' צבי היילפערין שליט"א דומ"ץ וויען ב"פ, און אשת הגה"צ ר' ישראל יעקב זינגער שליט"א מאלכסנדר.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט אפרעכטן א מסיבת לעקיך און ברוינפען.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל אבד"ק עדת יראים וויען, בעמח"ס עזר מיהודה, די צענטראלע יארצייט סעודה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול וויען אויף ליע עוועניו אין וויליאמסבורג, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א.