1/4
  • RDN online

אב מעיד על בנו

חיבה יתירה נודעת לו, און ווי ערווענט האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א גענאסן א חיבה יתירה ביי אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל וועלכע האט זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט גדולות ונצורות אויף בנו חביבו וממלא מקומו. איינע פון די געלעגנהייטן איז געווען אין א שמועס וואס דער רבי זצ"ל האט אפגעהאלטן מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, כז' טבת תשע"ח, איידער די שמחת החתונה פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ווען דער רבי זצ"ל האט זיך אויסגעדרוקט איבער די גדלות בתורה פון בנו חביבו וממלא מקומו, זאגענדיג אז ער איז א צדיק וואס שיינט און לייכט נאך שענער ווי די עלטערן. פאלגענד איז די פולע 'שיחת קודש':


האדמו"ר מבעלזא: "כ'האב געהערט זאגן אז דער חתן איז זייער א וואוילע בחור!"...


האדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל: "כלום אב מעיד על בנו".


האדמו"ר מבעלזא: ווי לערנט ער?


האדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל: ער לערנט ביי הגאון רבי אשר אראלי שליט"א אין ישיבת מיר ירושלים. ער איז א תלמיד פון רבי אשר און ער לערנט מיט אים בחברותא. ער האט געלערנט ביז יעצט אין ישיבת געיטסהעד. דער חתן האט געלערנט אלס קינד גאנץ ששה סדרי משנה און האט זיך פארהערט אויפדעם אויסענווייניג. ער האט א סדר ביז היינט ווי ער חזר'ט כסדר איבער נאכאמאל און נאכאמאל גאנץ ששה סדרי משנה. דאס איז חוץ נאך סדרי הלימוד וואס ער לערנט.


הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא זי"ע האט אמאל געזאגט אויפן פסוק 'ולכל בני ישראל היה אור במושבותם' (שמות י, כב): אין א רינגל לייגט מען אריין א דיימאנט. דאס דיימאנט נעמט מען דאך ארויס פון א בארג ווען עס איז נאך אינגאנצן פארשמירט און דערנאך דארף מען דאס גוט גוט אפוואשן און אויסשלייפן ביז עס באקומט א צורה און ס'הייבט אן צו שיינען און גלאנצן. האט דער זיידע זצ"ל געזאגט אז דאס איז א 'צדיק' וואס ארבעט אויף זיך און טוט זיך אויסשלייפן לעבודת ה' וואס דעמאלט שיינט ער מיט א גרויסע ליכטיגקייט. דאס איז פשט: "'היה אור במושבותם" – אז די קינדער גלאנצן נאך שענער ווי די עלטערן.


איך טאר נישט רעדן אויף אן אייגן קינד. אבער אזויפיל קען איך זאגן אויף מיין שיעלע, אז ער איז א דיימאנט וואס גלאנצט שענער ווי מיר!"...