1/4
  • RDN online

על השם ועל משיחו‎

גרויס אויפברויז הערשט נאכדעם וואס פראפעסאר רוני גאמזו - פון די הויעכ-ראנגיגע באאמטע אין מדינת ישראל באאמטע - האט זיך געלאזט הערן מיט פרעכע חוצפה קעגן הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א. מיט עטליכע טעג צוריק האט הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי שליט"א ארויסגעגעבן די הוראה, אז טראצדעם וואס די רעגירונג פארלאנגט אז יעדע בירגער דארף אדורכגיין א וויירוס-טעסט, זאלן די בחורים פון ישיבה גדולה בחורים נישט נעמען דעם טעסט, וויבאלד ס'איז גורם צו ביטול תורה אין די צייט וואס זיי זענען סיי ווי פארשפארט אין קפסולות. ווען גאמזו האט זיך דערוואוסט איבער די הוראה פונעם גאון, האט ער זיך אויסגעדרוקט פאר די פרעסע מיט זינדלאזע דברי דופי זאגענדיג: "די מעלדונג פון הרב קנייבסקי איז געזאגט געווארן אן קיין אחריות און טוט אריינלייגן דעם ציבור אין א סכנה פון ווערן אנגעשטעקט מיט די וויירוס". אין די זעלבע צייט האט הגאון ר' בנציון באראן שליט"א מגדולי חכמי הספרדים געזאגט, אז די טעסט ברענגט נישט קיין שום תועלת און עס איז נאר גורם ביטול תורה. עס איז וויכטיג אנצומערקן אז פראפעסער גאמזו איז דער וואס שטייט אין שפיץ פון די שוועריקייטן וואס זענען געמאכט געווארן קעגן חסידי ברסלב, אריינצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.